צווישן די סאמע העכסטע און געהויבענסטע צייטן ביים הייליגן שינאווער רב זצוק”ל איז געווען דער צייט פון סעודה שלישית, ווען מען איז געזעסן מיט פארלאשענע לעקטער און זיך דערווארעמט דאס הארץ אויף דער לאנגער וואך וואס קומט צו גיין.
אנטייל צו נעמען ביי די געהויבענע שבתים און אויך ביים הויכפונקט פון דעם שבת, ביי סעודה שלישית, פלעגט מען קומען פון אלע עקן אייראפע און צווישן די צדיקים וואס פלעגן כסדר קומען קיין שינאווא איז געווען דער הייליגער נאסאדער רב.
האט זיך געמאכט איין וואך אז דער שינאווער רב ענדיגט די געהויבענע סעודה שלישית און מען גרייט זיך צו דאווענען מעריב און דער שינאווער בלייבט זיצן און הייבט אן צו דערציילן א מעשה.
דער שינאווער רב פלעגט נישט דערציילן סתם אזוי קיין מעשיות און בפרט צווישן סעודה שלישית און מעריב און אז ער האט יא דערציילט האבן אלע אנגעשפיצט די אויערן צו וועלן הערן וואס דער רבי דערציילט.
מיט יארן צוריק האט דער הייליגער חתם סופר אין די שטאט פרעשבורג געפירט זיין הייליגע ישיבה ביד רמה און מרביץ געווען תורה יומם ולילות. די ישיבה איז געווען א ווינקל פון קדושה און באשיידנקייט, וואו מען איז געשטיגן בתורה וביראת שמים.
אבער ליידער אינדרויסן פון ישיבה האבן שוין געבלאזן אנדערע נישט גוטע ווינטן, רוחות פון משכילים און אפיקורסת און צווישן די רשעים איז געווען איין באקאנטער רשע מיט דעם נאמען שמחה טימשעוויץ, ווער עס האט אויף יעדן געלעגענהייט געזוכט צו טשעפענען די בחורים און זיי ענג מאכן אויף יעדן ריר און שריט.
שמחה האט אין יעדן געלעגענהייט באלעסטיגט די ישיבה לייט. מיט שאנד ווערטער פאר די בחורים, ווי אז איר זענט אומנוצליך און שטערט די שטאט, פלעגט ער אטאקירן די בחורים און בני תורה און די ישיבה בחורים, וועלכער זענען שוין געווען געוואוינט צו זיינע שרייעריי, און האבן זיך נישט געקימערט אויף זיינע ווערטער נאר עס איגנארירט.
אבער ווען זיינע מיאוס’ע רייד האבן זיך געטוישט פון צו א סטראשע האט מען עס אנגעהויבן צו נעמען ערנסט. ער האט געסטראשעט אז פון היינט און ווייטער וועט ער זיך נישט אפשטעלן פון רעדן, נאר ער וועט אויך אנהייבן טוהן שריט קעגן די ישיבה.
שמחה האט געסטראשעט אז ער וועט אנהייבן צו פאר’מסר’ן די בחורים אין ישיבה, וואס דרייען זיך ארויס פון מיליטער דינסט אז באמת לערנען זיי נישט, נאר זיי מאכן זיך ווי זיי לערנען.
מיינט איר אז איך ווייס נישט וואס איר טוט? איר דריידט זיך ארויס מיט אלע מיני תירוצים פון דעם אונגארישן מיליטער. די גוים גלייבן אייך, אבער איך ווייס דעם אמת און דעם אמת וועל אייך גיין אויסדערציילן פאר די רעגירונג, עס וועט קומען א סוף צו אלע אייערע אלע פוילע שטיקעס און מען וועט אייך אלע נעמען אין מיליטער געצווינגענערהייט און איר אלע וועלן טראגן רויטע מיליטערישע קליידער”. האט שמחה געשריגן מיט רשעות.
דאס מאל איז געפאלן אויף די בחורים א פחד און אן אימה, מען האט מורא געהאט אז שמחה וועט אויספירן אויף למעשה וואס ער זאגט און דער מצב וועט זיין ביטער און שרעקעדיג.
א דעלעגאציע פון די ראשי הישיבה פון פרעשבורג זענען אריבער צום שטוב פון שמחה און אים געבעטן ער זאל אפשטעלן זיינע בייזוויליגע פלענער, אבער שמחה איז געווען אנטשלאסן אויסצופירן זיין טייוולאנישער פלאן און זיי געזאגט אז מחר יהיה האות הזה, מארגן, גלייך אינדערפרי וועט ער אריבערגיין צום די פאליציי סטאנציע און איבערגעבן זיין מסירה.
די ראשי קהילה הערנדיג איבער דעם געפאר וואס הענגט אויף די בחורי הישיבה, זענען אריבער צו דעם חתם סופר און אים דערציילט וואס דא טוט זיך.
א הייליגער מנהג האט דער חתם סופר געהאט, ער האט נישט אויסגערעדט אינמיטן שיעור מיט קיין דברים בטלים און אויך ווען די מנהלים פון ישיבה האבן אים דערציילט וואס שמחה זאגט, האט ער געהערט און געשוויגן נאר ממשיך געווען מיט דעם שיעור אין ישיבה.
די מנהלים האבן אנגענומען די הנהגה פון דעם חתם סופר. זיי האבן געווארט ביז דער שיעור וועט זיך ענדיגן און דעמאלטס וועלן זיי הערן און זיך דערוויסן וואס מען טוט ווייטער.
דער חתם סופר האט געענדיגט דעם שיעור און זיך אויפגעשטעלט פון ארט און אויסגעדרוקט זיין באגער אז ער וויל גיין באזוכן דעם שמחה אין זיין שטוב און הערן וואס ער האט צו זאגן.
די תלמידים האבן ערשט געוואלט אפשטעלן דעם חתם סופר פון זיין שריט, זיי האבן געגלייבט אז עס איז נישט לפי כבודו פון דעם חתם סופר צו גיין באזוכן דעם שמחה, אבער דער חתם סופר האט זיך געהאלטן ביי זיינס און איז ארויף צום שטוב פון שמחה ווען ער האפט, אז ער וועט קענען עפעס אויס’פועל’ן פון שמחה.
שמחה האט אויפגענומען דעם חתם סופר מיט גרויס ביזיון, זיינע פוס זענען געלעגן אויפ’ן טיש און ער האט גערעדט מיט אן אויסערגעווענליכער חוצפה צום חתם סופר און אים קלארגעשטעלט אז עס איז נישטא פון וואס צו רעדן און אז מארגן גלייך אינדערפרי וועט ער זיך לאזן אין וועג אריין צו די פאליציי סטאנציע אין שטאט און איבערגעבן די מסירה.
דער חתם סופר האט זיך אבער נישט געאיילט אוועקצוגיין, ער איז נאך געבליבן זיצן דארט און פאר א לענגערע צייט און פרובירט איבערצוצייגן פאר שמחה, ער זאל צוריקציען פון זיינע שלעכטע כוונות, אבער נאכדעם וואס דער חתם סופר האט איינגעזען אז עס איז נישט דא מיט וועמען צו רעדן האט ער זיך אויפגעהויבן פון זיין ארט און געזאגט פאר זיינע תלמידים אז עס איז צייט צוגיין.
שטייענדיג ביים טיר האט זיך דער חתם סופר אויסגעדריידט צום ריכטונג פון שמחה און זיך אנגערופן מיט די ווערטער וואס משה רבינו האט גענוצט פאר קרח בשעתו. “בוקר ויודע השם את אשר לו”. דער חתם סופר האט אפגעזאגט זיינס און זיך אויסגעדריידט צום טיר.
אבער מען האט נישט געדארפט ווארטן ביז עס זאל ווערן אינדערפרי. עס איז אריבער בלויז א קורצע צייט פון ווען דער חתם סופר האט פארלאזט דער שטוב פון שמחה און שמחה איז אוועקגעפאלן אויף די ערד מאכטלאז, עס האט אויסגעזען ווי א שווערער קרענק האט אים באטראפן.
זיין פרוי האט נישט געדארפט טראכטן קיין סאך וואס האט דא פאסירט, זי איז גלייך אריבערגעלאפן צום שטוב פון חתם סופר און געבעטן ער זאל מתפלל זיין פאר שמחה.
דער חתם סופר האט איר גענטפערט אז ער וועט מתפלל זיין פאר איר, אבער נאר די ספעציעלע תפלה וואס מען בעט פאר אזא איינעם און דאס איז די תפלה פון ולמלשינים אל תהי תקוה…
עס האט נישט געדויערט קיין סאך צייט און שמחה איז שוין נישט געווען צווישן די לעבעדיגע, ער האט געענדיגט זיין לעבן און פרעשבורג איז פטור געווארן פון די צרה אויף אייביג.
ווען די לויה פון שמחה איז אריבער אין שטאט איז דער חתם סופר ארויס און זיך אנגערופן שמחה לארצך – אז שמחה איז אין דער ערד – וששון לעירך איז ששון פאר די שטאט פרעשבורג.
אט די מעשה האט דערציילט דער שינאווער רב און ווען ער האט געענדיגט די מעשה, האט ער זיך אויפגעהויבן פון זיין פלאץ און זיך דערנענטערט צום עמוד צו גיין דאווענען מעריב.
די תלמידים האבן נישט געקענט פארשטיין פשט פון זיין ערציילונג און באזונדער איז דער נאסאדער רב געבליבן שטיין פארוואונדערט נישט פארשטייענדיג וואס האט דא פאסירט, קענענדיג זיין הייליגער רבי און וויסענדיג אז יעדער ווארט ביי אים איז אויסגערעכענט און געוואויגן.
נאך מעריב האט דער נאסאדער רב זיך דערנענטערט צו די גבאים און זיי געפרעגט צי זיי קענען אים געבן עפעס אן אנדייטונג אויף די מעשה וואס מען האט יעצט געהערט און צו זיין וואונדער האט דער גבאי גענטפערט אז יא, עס רודערט זיך דא אין שטאט מיט א מעשה און אנגעהויבן צו דערציילן.
אין שטאט איז דא א איד וואס הייסט לייזער דוד און דער איד האט שוין חזקה יארן לאנג צו אויסדינגען פון דעם פריץ דעם דערנעבנדיגער וואלד און דארט שניידן די ביימער, אבער די יאר ווען דער איד איז געקומען צום פריץ גרייט אונטערצושרייבן דעם קאנטראקט, האט דער פריץ אים דערציילט די נייעס אז עס איז נארוואס דא געווען א איד מיט דעם נאמען גלאנצפיש און ער האט דיר אויסגעכאפט מיט דעם געשעפט.
ר’ לייזער דוד איז געווארן זייער דערביטערט און איז אריבערגעלאפן צום שינאווער רב דערציילן וואס דא האט פאסירט און דער שינאווער רב האט געלאזט רופן דעם גלאנפיש און געפרעגט הייתכן מען טוט אזא זאך.
“רבי איך האב געמאכט א גוט געשעפט”. האט דער איד גענטפערט מיט שפאס.
“דאס הייסט נישט א גוט געשעפט, דאס איז הסגת גבול”.
“רבי איך האב געמאכט א גוט געשעפט און איך בין עס נישט גרייט מבטל צו זיין”.
“אויב אזוי ווארן איך דיר אז דו וועסט נישט גוט אפשניידן”.
דער איד האט זיך אויסגעלאכט און האט ארויסשפאצירט פון דעם צדיק’ס צימער מיט א שטאלצער און אויפגעהויבענער קאפ, כאילו עס האט גארנישט פאסירט.
“און ווי אזוי הייסט דער איד אויפ’ן ערשטן נאמען?”.האט דער נאסאדער רב געפרעגט די גבאים.
“ער הייסט שמחה, שמחה גלאנצפיש”.
דער נאסאדער רב האט שוין אנגעהויבן צוזאמענצושטעלן דאס בילד און באשלאסן אז ער גייט נאכגיין דעם געשעעניש, אבער ער האט נישט געדארפט ווארטן צו לאנג ווייל צומארגנס איז אנגעקומען די ידיעה אז שמחה גלאנצפיש איז פלוצלונג אוועקגעפאלן מאכטלאז ביי אים אין שטוב און איז געשטארבן אויפ’ן פלאץ.
די ווערטער פון דעם צדיק זענען פארפולקאמט געווארן אינגאנצן.