א פארשוין אין פלארידע, וואס איז געווארן נאכגעיאגט דורך די פאליציי, האט גערופן 911 און פרובירט זיין מזל מיט די דיספעטשער, צו אים פארבינדן מיט די ווייסע הויז, אז ער זאל קענען רעדן מיט זיין נאנטע פריינט “פרעזידענט דאנעלד טראמפ…”
“מיר האבן געמאכט א דיעל” האט זיך עריק פרידבערג, דער מאן פארדעכטיגט אין רייכערן מאריכואנא געבעטן ביי זיין גאר מאדנער טעלעפאן רוף צו די פאליציי, דעם פארגאנגענעם דינסטאג. פרובירנדיג איינצובעטן די סטאנציע זאל אים באפרייען מיטן ארויסגעבן א באפעל צו די אפיצירן אים צו לאזן גיין…
די געבעטן האבן זיך נישט איינגעגעבן, און די קאליער קאונטי שעריף דעפיוטיס האבן באוויזן צו אפשטעלן די פאליס טשעי”ס און ארעסטירן פרידבערג, 33 יאר אלט, נאכן אוועקיאגן מיט זיין אויטא פאר זיבן מייל. כאטש זיינע פארשידענע פרואוון זיך צו אפשאקלען פון די אינסטאנצן. ער האט צווישן אנדערע פרובירט זאגן פאר די פאליציי דיספעטשער אז ער איז טראמפ’ס פריינט, אז זיין מוטער איז פארמישט אין א שווערע עקסידענט, און האט אויך באשולדיגט אידן אין זיין שווערע פלאנטער.
מען האט אים געקלאגט מיט עטליכע קלאגעס, צווישן זיי דאס באזיצן מאריכואנא, און מען האט אים ארויסגעלאזט אויף בעיל פאר די סומע פון 99,500$.
אלעס האט זיך אנגעהויבן ווען אן אפיציר האט באמערקט א זעקל מאריכואנא, ליגנדיג אין א פארקירטע אויטא, אין די פארקינג לאט פון די פאסט אגענטור. ער האט דאס גענומען אין האנט צו מאכן זיכער, ער האט געזען בלעטער אין די זעקל, און ווען ער האט דאס געוואלט קאנפיסקירן און זען וואס צו טון ווייטער איז פרידבערג אנגעקומען און ער האט ארויסגעכאפט דאס זעקל פון די האנט פון די פאליציי אפיציר, נעמענדיג די בלעטל און דאס אריינגעווארפן אין מויל, דאס אראפשלינגענדיג.
דאן איז פרידבערג אריינגעטאנצן אין קאר, אנגעהויבן אוועקפארן גאר שנעל, און גערופן 911.
“איך דארף הילף, ביטע” האט פרידבערג געבעטן פון די דיספעטשער, א פאליציי אפיציר יאגט מיר נאך.
די 911 אפערעיטאר האט נאכאנאנד איבערגעזאגט פאר פרידבערג צו גיין אין די זייט, אבער פרידבערג האט געהאט אנדערע וויכטיגע פארלאנגען.
“רופט מיין מאמע” קאלט מיר מיין מאמע” האט ער געזאגט איינמאל און נאכאמאל די זעלבע ווערטער, “ביטע, רופט מיין מאמע.”
זעענדיג אז דאס ארבעט נישט, האט פרידבערג ארויסגעצויגן דעם טראמפ קארטל, “טראמפ איז מיר א נאענטער חבר, מיר האבן געמאכט א דיעל” האט ער געזאגט.
ער האט דאן צוגעלייגט “עס איז נישט מיין שולד, עס איז די שולד פון די אידן וואס האבן מיר חרוב געלייגט, נישט דאנעלד טראמפ, עס איז געווען די אידישער קאמיונעטי…”
זעענדיג אז דאס ארבעט נישט, און דער דיספעטשער הייסט אים גיין צו די שאולדערס, און זיך אונטערגעבן, האט פרידבערג פרובירט זיין מזל מיט עפעס אנדערש.
“מיין מאמע האט מיר גערופן, און געזאגט אז זי איז אין א קאר עקסידענט אין האומסטעד, מיין בלוט און פלייש זענען פארמישט אין א עקסידענט, און איך מוז העלפן.”
למעשה האט מען אים ווי שוין ערווענט אפגעשטעלט, און ארויסגעלאזט אויף בעיל, אויף ווילאנג עס וועט אנקומען זיין געריכט.
כ’ווייס נישט פאר וואס ס’רופט זיך טשיקאווע נייעס עס איז שוין העכסט נארמאל אזעכע נייעס?!?!?!
אזאנע דאגות?! ב.ט.וו. איך האלט מ’ברויך עס רופן טשקאווע אינצידענטן וואס א חילוק אויב ס’ אלטס אדער נייעס? אז ס’גוט איז עס גוט נפקא מיניה ווען סאט פאסירט…
ווייל מען מוז האבן עפעס א אינטערעסאנטע ווארט, מען קען עס נישט מאכן פאר סתם “נייעס”.