סעאל – דער דרום קארעא פרעזידענט מון דזשאי-אין האט נעכטן געזאגט, אז עס וועט בכלל נישט זיין גרינג צו פארניכטן די נוקלעארע וואפנס ארסענאל פון דעם קאמוניסטישן רעזשים אין צפון קארעא, וויבאלד זיי האבן באוויזן צו מאכן גאר שטארקע פארשריט און זייערע וואפנס זענען שוין שטארק אנטוויקלט.
פרעזידענט דזשאי-אין האט גערעדט צו רעפארטערס אין די פיליפינען, וואו ער האט געזאגט אז אויב צפון קארעא איז מסכים זיך אראפצוזעצן פאר געשפרעכן, איז ער גרייט דערויף הונדערט פראצענטיק, אבער ער האט געווארנט די פאראייניגטע שטאטן און אנדערע לענדער, אז זיי זאלן פארשטיין אז עס וועט נישט זיין גרינג צו פארניכטן צפון קארעא’ס וואפנס שנעל און גרינג, און אוודאי איז בכלל נישט קיין רעאליסטישע אפציע צו באמבארדירן צפון קארעא’ס נוקלעארע איינריכטונגען, ווייל דאס וועט ברענגען א נוקלעארע קאטאסטראפע פאר’ן גאנצן קארעא אינזל און פאר אלע לענדער ארום.