דער מעיאר פון א קליין שטעטל אין יוטא, איז אומגעברענגט געווארן אין אפגאניסטאן דורך א סאלדאט וועמען ער האט טרענירט מיט מיליטערישע איבונגען, זייענדיג בלויז 39 יאר אלט.
די רעדע איז פונעם מעיאר ברענט טיילווער, וואס איז געשיקט געווארן אנהייב יאר קיין אפגאניסטאן, וואו ער האט געדינט אין די אמעריקאנע נאציאנאלע גארד פארסעס. ער האט געדינט אלס מעיאר אין שטעטעלע צפון אוגדען אין יוטא, און איז אומגעקומען דעם שבת אין שטאט קאבול, דורך אן אפגאנער סאלדאט וועמען ער האט טרענירט.
לויט די אמעריקאנע נייעס קוועלער איז טיילווער געווען אן אפיציר אין די פארגאנגענהייט, און אין די לעצטע פינף יאר האט ער געדינט אלס מעיאר פון די שטאט וועלכע פארמאגט בלויז 17,000 איינוואוינער. אנהייב יאר איז ער געשיקט געווארן קיין אפגאניסטאן צו העלפן טרענירן די אפגאנע מיליטער, ווען הונדערטער פון די איינוואוינער אין שטאט האבן אים באגלייט, און געוואונטשן אסאך הצלחה אין זיין מיסיע.
ער איז נישט געווען בלויז א טרענירער אין מיליטער, נאר האט געהאלפן טרענירן די “ספעציעלע קרעפטן” פון אפגאניסטאן. דורכאויס די טרענירונגען האט איינער פון די סאלדאטן געעפנט פייער און געשאסן אויפן מעיאר און אויף אנדערע סאלדאטן, פון וואס דער מעיאר איז אומגעברענגט געווארן. דער סאלדאט איז באלד געשאסן געווארן, ווערנדיג אומשעדליך.
דער 39 יעריגער מעיאר האט איבערגעלאזט נאך זיך א ווייב מיט זיבן קינדער.