אזויפיל ווי פינף און זיבעציג פראצענט פון די גאסן אינעם שטאט קאנאל-געבויטער ווענעציע זענען פארפלייצט געווארן.
א פארפלייצונג אין ווענעציע איז נישט גאר א גרויסע חידוש, אבער די יעצטיגע פארפלייצונג איז עפעס וואס אזאנס איז שוין נישט געווען פאר די לעצטע צען יאר.
פילע פארפאניקטע טוריסטן האבן געשריגן פאר הילף אין די סאן מאראקא סקווער אין צענטער פון שטאט, ווערנדיג דורכגענעצט פון די שטורעמישע וואסערן וועלכע זענען איבערגערינען זייערע ברעגעס.
די ארטיגע באאמטע האבן באריכטעט אז די וואסער האט איבערגערינען אזוי הויך ווי פינף און א האלב פיס, און די ביימער אינעם סקווער איז נישט געווען גענוג פעסט אז מען זאל קענען דערויף ארויפקריכן און זיך ראטעווען פון די פארפלייצונג.
די ארטיגע איינוואוינער זענען שוין צוגעוואוינט צו פארפלייצונגען, און זיי ווייסן שוין צו פארמאכן די טירן און פענסטער מיט גרויסע אייזערנע אדער האלצערנע פלאטעס, צו פארמיידן די וואסער זאל אריינדרינגען אין זייערע געשעפטן אדער הייזער.
אבער דאסמאל זענען זיי אויך געווארן איבעראשט פון די שווערע פארפלייצונגען, און אויף די בלידער זעט מען וויאזוי די אייגנטומער פון די געשעפטן פרובירן ארויסצושעפן אמפערס מיט וואסער אז די געשעפטן זאלן נישט קאליע גיין.
די קינדער זענען אבער נישט געגאנגען אויף וואקאציע, די ווענעציע עלטערן האבן געטראגן קינדער אויף די פלייצעס, געוויסע זענען געגאנגען מיט שטיוול, אין די צייט וואס אנדערע זענען געגאנגען בארוועס.