אמווייניגסטנס 18 מענטשן זענען אומגעקומען היינט פון אן אויפרייס אין אן אוניווערזיטעט אינעם שטאט קארץ, וועלכע געפינט זיך אין די קריימיע האלב-אינזל. דער רוסישער פרעזידענט וולאדימיר פוטין האט געהייסן פאר די זיכערהייט קרעפטן אויסצופארשן דעם אויפרייס, און האט פאררופן דריי טרויער טעג איבערן לאנד.
פון די קרעמלין ווערט איבערגעגעבן אז עס איז דא גרויסע שאנסן אנצורופן די אויפרייס א טעראר אטאקע. איבער 50 זענען פארוואונדעט געווארן.
דער אטאקירער איז א סטודענט פונעם אוניווערזיטעט, וואס איז אריינגעקומען אין שולע מיט הייס געווער, און אנגעהויבן צו שיסן וועמען ער האט נאר געזען, סיי סטודענטן און סיי לערער. דאן האט דער מערדער אויפגעריסן א באמבע געמאכט מיט נעגל, אבער קיינער איז נישט געשעדיגט געווארן דערפון.
די אנטי טעראר גווארדיע וואס איז געקומען אונטערזוכן דאס פלאץ, האבן דערווייל נישט אידענטיפיצירט דעם באמבע, מיט וועלכע מאטעריאל עס איז געמאכט געווארן. געוויסע זאגן אז עס האט גארנישט מיט טעראר, נאר איז געווארן נאכדעם וואס א גאז באלאן האט אויפגעריסן.
א באזונדערע נייעס האט מען געהערט אין די אידישע וועלט, איינער פון די אידישע סטודענטן האט פונקט פארשפעטיגט צו קומען אין שולע, און דורך א נס איז ער געראטעוועט געווארן פון די אטאקע.
אינעם שטאט געפינט זיך א גרויסע אידישע קהלה וואס רופט זיך “איגוד הקהילות היהודיות ברוסיה”, און די רבנים פון קריימיע הרב בנימין וואלף שליט”א און הרב יחזקאל לאזאר שליט”א, זענען גרייט צו בייהילפיג זיין מיט סיי וואס איבער די אטאקע.