א טאג נאכן באשלוס פונעם אויסטראלישן פרעזידענט סקאט מאריסאן, אז ער וועט איבערקלערן און באטראכטן די אפציע פון אריבערפירן די אמבעסאדע פון מדינת ישראל קיין ירושלים, האבן אים א רייע פון אראבישע לענדער געסטראשעט אז ער זאל זיך נישט דערוואגן צו טון אזא זאך.
נעכטן מאנטאג האט דער נייער אויסטראלישער פרעזידענט געזאגט פאר מדינת ישראל פרעמיער מיניסטאר ביבי נתניהו איבער דעם פלאן צו אנערקענען ירושלים אלס הויפטשטאט פון מדינת ישראל, און אהין אריבערפירן די אמבעסאדע, אזויווי דער אמעריקאנער פרעזידענט טראמפ האט געטון.
היינט האבן זיך צוזאמענגענוצען 13 אמבעסאדארן פון אראבישע לענדער אין אויסטראליע, און פראטעסטירט קעגן די פלענער פון דעם אויסטראלישן פרעזידענט.
לויט דער עגיפטישער אמבעסאדאר אין אוסטראליע מאכאמאד כאריאט, גרייטן זיך די דיפלאמאטן ארויסצושיקן א בריוו צו די נייע אויסטראלישן אויסערן מיניסטארשע מאריס פיין, וואס וועט קלארשטעלן אז “אזא סארט באשלוס וועט שטערן די שלום פראוון, און די באציאונגען צווישן אויסטראליע און אסאך אנדערע לענדער”.