מיט רחמנות’דיגע און צעמישטע געפילן, נעמט מען אויף די באריכטן איבער דאס אומקום פון הרב שלמה העלבראנץ דער רב און גרונדער פון קהל לב טהור.
העלבראנץ איז איינער פון די מערסט קאנטראווערסיאלע פערזענליכקייטן אינערהאלב די חרדי’שע אידנטום מיט א הייפעלע פארביסענע שטיצער אבער א הויפן מענטשן מיט טענות און ווייטאג, ער פארמאגט א רעקארד פון אומסטאבילע צייטן און אומקלארע וויזיע, מיט תקופות רעכטס און לינקס זייענדיג באקאנט אלס א קולט פירער וואס קאנטראלירט זיינע נאכפאלגער און פירט זייערע באשלוסן אריינגערעכנט ווען די קינדער זאלן חתונה האבן, און מיט וועם. צו זאל מען זיך וואקסינירן אדער
גיין צום דאקטער, און אזוי ווייטער.
העלבראנץ איז געבוירן געווארן ח’ חשון תשכ”ג, אין ארץ ישראל, זיין פאטער איז געווען א בעל תשובה. ער האט חתונה געהאט און אויפגעשטעלט א שטיקל קרעמל פון מענטשן, און האט זיך געבויעט א באזע פון שטיצער, עס זענען אויך געווען מענטשן זייער אנגעווייטאגט אויף אים מיט טענות אז ער האט צוגערעדט און פארכאפט זייערע קינדער, ער האט פארמאגט א גאר גוטער פיסק, מיט א ציעדיגער שפראך, און מענטשן וואס האבן גערעדט צו אים האבן ווי געקענט פאר’כישופ’ט ווערן פאר אים און ווערן בלינד פארקויפט גרייט צו גיין פאר אים אין פייער.
העלבראנץ האט אויפגעבויעט א שטעטל אין די לארענטשנס בערג אין קוויבעק, בערך א שעה פון מאנטרעאל, און נעבן די סאטמארע פריפאנטעין קאנטרי, ער האט דארט פארמאגט א בית המדרש און מוסדות און געבויעט א אימפעריע.
מיט עטליכע יארן צוריק האבן זאכן אנגעהויבן גיין אין שלעכטן דירעקציע ווען איינער פון די קינדער פון הרב העלבראנץ האט דעפעקטירט און אנטלאפן פון לב טהור און אנגעהויבן ארויסגעבן האר אויפשטעלנדע דעטאלן און פאקטן פון די ארטיגע לעבנסשטייגער.
די קאנאדישע רעגירונג וועלכע האט שוין לאנג בעפאר געהאט א קרום אויג אויף די לב טהור געמיינדע האט באשלאסן אז זיי
גייען דאס אונטערברענגען, און האבן אנגעהויבן אויסטיילן ביטערע צרות, עס האבן זיך כסדר געדרייט אויספארשער און אפיצירן ארום אין שטעטל, זיי האבן געפארשט און געפאדערט, און כסדר גענומען לב טהור מיטגלידער אונטער לאנגע שטונדן אויספארשונג.
עווענטועל האט די קהילה אוועקגעמופט פון קאנאדע, אויפן וועג צו מעקסיקא, און דערנאך קיין גואטעמאלא.
היינט צופרי איז הרב העלבראנץ געגאנגען צו א טייכל זיך צו טובל’ען און ווי עס געבן איבער די באריכטן האט ער זיך דערטראנקען, ער איז נפטר אין עלטער פון 55 יאר.
עס איז א רחמנות אויף די צובראכענע אידן דארט, וואס בלייבן יעצט אן א פירער און פלאנירער, געלט ברענגער און פארזארגער, אין א פרעמד לאנד, זייענדיג אזוי פארוואגלט נאך אזויפיל ביטערע צייטן. השי”ת זאל זיי שטארקן און פארפולן זייערע געברויכן.