אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

סיריע און איראן אליאירטער וויסנשאפטלער אומגעברענגט אין זיין קאר

ווידעראמאל הערט מען פון א מיסטעריעזער אויפרייס און מארד אויף א גרויסער וויסנשאפטלער וועלכע קומט צוניץ פאר די אסאד און כומעני אינטערעסן, נאכדעם וואס דאקטער עזיז אסבאר, דער פירער פון די פארש צענטער פאר וויסנשאפט, איז גע’הרג’עט געווארן דורך  אויפרייס מאטעריאל וואס איז געווען באהאלטן אין זיין קאר.

ווי באריכטן ווייסן צו דערציילן, איז די צענטער וואס איז אונטער די פירערשאפט פון עזיז, געווען אן ארט צו אנטוויקלען פארשידענע כעמישע וואפן, און נאך פארגעשריטענע געווער מיט די נייעסטע סארט דערפינדונגען וואס איז נאר דא אין די היינטיגע טעכנאלאגיע.

דער אויפרייס האט פאסירט א קורצע צייט נאכדעם וואס דער וויסנשאפטלער האט זיך אריינגעזעצט אין זיין קאר, און אוועקגעפארן פון זיין שטוב. עזיז איז באקאנט אלס איינע פון די גרעסטע וויסנשאפטלער אין סיריע, און איז געווען א בן בית פארן סירישער דיקטאטור באשאר על אסאד, און פאר די איראנער אייאטאלישער רעזשים.

טראץ וואס די אויפרייס איז געווארן ברייט געדעקט איבער אלע מידיע קאנאלן און נעצן, האבן אבער די רעגירונג קאנטראלירטע סירישע אפיציעלע נייעס סטאנציעס נישט גערעדט קיין ווארט דערפון.

דערווייל האט נאך קיינער נישט גענומען קיין פאראנטווארטליכקייט אויף דעם אויפרייס, און מען האט נאכנישט באשטעטיגט ווער עס האט אפגערוימט עזיז פון וועג. טייל פון די מידיע קוועלער זאגן אז די רעדע איז פון די אפאזיציע פארטיי, אבער אנדערע באשולדיגן מדינת ישראל דערין, זאגנדיג אז אויף יענע ארט איז געווען עטליכע באמבארדירונגען אין די לעצטע פאר טאג דורך די מדינת ישראל קרעפטן.

מדינת ישראל האט זיך דערווייל אפגעזאגט פון קאמענטירן אויף די באריכטן.

 

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.