אין א זעלטנע שריט, האט מען היינט געהערט פון סאמי אבדולטיף על ניסאף, דער קאוויעטישער אינפארמאציע מיניסטאר, ווען ער האט אראפגעריסן גאר שארף די לאנגיעריגע ווירטשאפט פון די פאלאסטינער, זינט זייער גרינדונג.
על ניסאף האט קריטיקירט דעם פאלאסטינער פירערשאפט, זאגנדיג אז זיי האבן געלאזט ארויסרינען פון צווישן זייערע פינגער איין שלום פלאן נאכן צווייטן, און זיי האלטן נישט ביים מאכן קיין דיעל מיט מדינת ישראל.
“אין דעם שפיגל פון היסטאריע, האט די פאלעסטינער אויטאריטעט פארנאכלעסיגט זייער פליכט, און טוט פאראורזאכן שאדן וועלכע האלטן זיך אין איין איבערשפילם, צוליב ראדיקאליזם” האט על ניסאף געזאגט מיט ווייטאג.
באזונדער האט ער שארף פארדאמט די ווירטשאפו פון כאדזיש אמין על כוסעיני וואס האט געברענגט גאר שווערע פראבלעמען פארן פאלעסטינער פאלק, און אזוי אויך זיינע נאכפאלגער, די טעראריסטן פון די פאטאח און כאמאס גרופעס.
“ראדיקאלע מענטשן אזויווי כאדזיש אמין על כוסעיני, עראפאט, אכמאד שאקיירי, און אלע וואס פלאטערן מיט די פאן פון ראדיקאליזם און עקסטרעמיזם, ברענגען א געוואלדיגע שאדן פאר די אראבישע אינטערעסן בכלל, און פאר די פאלעסטינער באפעלקעקונג בפרט”. האט על נוסאף קלארגעשטעלט זיין מיינונג.
די אינטערוויו איז באטראכט געווארן אלס גאר א קוראזשפולער, ווייל ער האט קריטיקירט די ראדיקאלע פארשמייליגטע פירער, וואס ביי די ראדיקאלע אראבער – ביי וועמען דאס לעבן איז נישט ווערד קיין גרייצער – איז אזא זאך גאר הארב, און זיי וועלן דאס נישט פארשווייגן, נאר אנזייען כאאס, טויט און טעראר, פארן ‘כופר’ וואס דערוואגט זיך צו זאגן אנדערש ווי עס שמעקט זיי.