דער צדיק רבי זונדל, דער זוהן פונעם הייליגן שר שלום פון בעלז זיע”א, האט געוואוינט אין די שטאט נחאן. דארט אין יענעם געגנט, נישט ווייט פון נחאן איז געשטאנען די שטאט ווייסלאוויץ, וועלכע האט לכאורה נישט געהאט קיין באזונדערע שייכות צו נחאן, אבער דאך האט רבי זונדל׳ען געעגבערט אז אין די שטאט וויסלאוויץ געפינט זיך א איד וואס בארעדט אים מיט אלעם בייזן, און טראגט קעגן אים אָן אומזיסטע שנאה, אן קיין באזונדערע סיבה.
געווען איז דער איד א שארפער מתנגד צו רבי זונדל’ען און האט זיך נישט צוריקגעהאלטן פון שיסן די ווייטאגליכסטע פיילן מיט שטעכעדיגע רייד און שאנד ווערטער אין ריכטונג פונעם צדיק רבי זונדל. רבי זונדל האט דאס געוואוסט און עס האט אים זייער וויי געטאן.
איינמאל איז די פרוי פון יענעם מתנגד פלוצים שטארק קראנק געווארן, זי האט פארלוירן די כוחות אין אירע הענט און פיס רח״ל. ווען ער האט זיך געוואנדן צו די ארטיגע דאקטורים האבן זיי נישט געפונען קיין שום רפואה. האט ער געמוזט ארויפזעצן זיין פרוי אויף א וואגן און פארן מיט איר קיין דובענקא צו די דארטיגע דאקטורים.
אונטערוועגנס האט דער וואגן זיך אפגעשטעלט אין די נאנטע שטאט נחאן, געווען איז דאס פארנאכטס, און פאר די קראנקע איז שווער געווען צו פארן לאנגע שטרעקעס נאכאנאנד. דעריבער האט דער מתנגד דארט אפגעשטאטעט אין א האטעל זיך אפרוען פונעם וועג.
באלד דערויף האבן זיך צונויפגעזאמלט א גרופע נשים צדקניות זיך צו אינטערעסירן ווער און וואס די קראנקע רייזנדע איז און מיט וואס מען קען איר עפעס ארויסהעלפן.
ווען זיי האבן געהערט פון וואספארא מחלה די קראנקע פרוי ליידט נעבעך, האבן זיי פארגעשלאגן פארן מאן, ער זאל איר אריינטראגן צום צדיק רבי זונדל, וועלכער האט זיך קונה שם געווען מיטן היילן אזעלכע חולאים רח״ל.
אבער דער מתנגד האט ווי זיין שטייגער זיך אויסגעלאכט פונעם צדיק און אוועקגעמאכט זייערע רייד.
אבער די נשים רחמניות האבן זיך נישט געלאזט און האבן אויפגעהויבן א געוואלד, היתכן? מפקיר זיין דאס געזונט פון א אידישע טאכטער, אן אייגענע ווייב. און אויב יעדער ווערט געהאלפן קען זי דאך אויך געהאלפן ווערן. און עס איז נישט פארהאן קיין סיבה אין דער וועלט, צו באפרייען זיך פון גיין צום צדיק אין צייט וואס ער קען העלפן.
דער מאן האט געזען אז ער האט נישט קיין ברירה, האט ער זיך געבראכן, און ארויפגעזעצט זיין פרוי אויפן וואגן און זיך געוואנדן צום ריכטונג פונים צדיק רבי זונדל׳ס וואוינונג.
ווען רבי זונדל האט געהערט אז זיין מתנגד פון ווייסלאוויץ איז אהער געקומען און שטייט פאר זיין הויז, מיט זיין קראנקע פרוי, האט דער צדיק באפוילן מ׳זאל אריינפירן די חולנית אין זיין חדר, און איר אוועקזעצן אויף א בענקל.
דאן האט דער צדיק באפוילן מ׳זאל איר געבן עפעס אן איינגעמאכטץ צו עסן. די קראנק פאראליזירטע פרוי ל״ע, וועלכע באוועגט זיך שוין נישט א פאר וואכן, שטרעקט מיטאמאל אויס איר האנט און נעמט פון דעם מאכל אין מויל אריין.
נאכדעם האט ער געהייסן אריינברענגען פאר איר אביסל זופ און די פרוי נעמט אויך פון די זופ און עסט.
דאן האט רבי זונדל באפוילן מ׳זאל איר געבן א סידור, זי זאל פון דארט פארליינען, און די פארשטימטע פרוי פאלגט און ליינט פאָר פונעם סידור, נאכדעם וואס אויך די כלי דיבור האבן איר שוין א לענגערע צייט נישט געדינט.
דערנאך הייסט איר דער צדיק זי זאל אראפגיין פון בענקל אויף דער ערד און שפאנען אין צימער ארויף און אראפ. און די פרוי פאלגט!
די אנוועזנדע זענען געבליבן ערשטוינט פון דעם אפענעם נס, וואס האט זיך דא אפגעשפילט פאר זייערע אויגן, ווי די האלב-פארקריפלטע קערפער, רח׳׳ל, האט צוריק באקומען א חיות אין אלע גלידער, אזוי ווי א פולקאם געזונטער מענטש.
אויסער איינער וועלכער האט אינגאנצן נישט באקומען קיין התפעלות, דאס איז געווען דער מאן פון די פרוי, זיין געפערליכע אומזיניגע התנגדות צום צדיק האט אים אזוי שטארק פארפירט אז ער זאל נישט וועלן זעהן דעם קלארן אמת.
דער מתנגד וויל שוין נעמען זיין ווייב און מיט איר אהיימפארן קיין ווייסלאוויץ אהן די מינדעסטע אנערקענונג אדער דאנק ווארט צום צדיק, וועלכער האט פאר אים אויסגע’פועל’ט די ישועה.
דער צדיק רבי זונדל האלט אים אבער אפ, ער הייסט פארמאכן די טיר, און הייבט אן דערציילן א מעשה וואס האט פאסירט ביי זיין הייליגן פאטער דער שר שלום:
אין א שטעטל נישט ווייט פון בעלז, האט געוואוינט א איד, וועלכער האט געהאלטן א געשעפט פון מילכיגע פראדוקטן וואס פון דעם האט ער געצויגן זיין פרנסה און האט אפילו שיין מצליח געווען.
דער דאזיגער איד איז געווען א גרויסער שונא פארן שר שלום און האט אים שטענדיג בארעדט. אויך די חסידים וועלכע זענען געפארן קיין בעלז, ווען זיי זענען דורכגעפארן זיין שטעטל, האט ער זיי גע’רודפ’ט מיט וואס ער האט נאר געקענט. טאמער האבן זיי געוואלט איינשטיין ביי אים אין הויז, אדער אפילו נאר קויפן פון זיינע פראדוקטן, האט ער זיי פארטריבן פון דארט מיט גרויסע בזיונות.
דער איד פלעגט יעדן טאג פארן קיין בעלז צו פארקויפן זיינע מילכיגע פראדוקטן, פאר די שטאט לייט. ווען די משרתת אין בעלזער רב׳ס הויז איז געקומען נאך מילך און פוטער האט ער ארויפגעשרויפט די פרייז גאר הויעך, זאגנדיג איר מיט פרעכהייט: ״אייער בעל הבית האט דאך אסאך געלט און עס קומט אים לייכט אהן צו פארדינען…״.
די משרתת פלעגט איבערדערציילן פאר די רביצין די רייד פון דעם מילכיגער, אבער די רביצין די צדיקת האט נישט דערציילט פאר איר הייליגן מאן קיין ווארט פון דעם. זי האט נישט געוואלט אז ער זאל האבן א הקפדה אויף דעם איד.
איינמאל ווען די משרתת איז געקומען קויפן מילך און פוטער ביים מילכיגער האט איר דער מחוצף אויפגעהאלטן א לענגערע צייט. ער האט זיך פריער באשעפטיגט מיט אנדערע קונדן און איר האט ער געלאזט ווארטן ביז צום סוף ווען עס איז אים שוין נישט געבליבן קיין שטיקל פוטער צו פארקויפן פארן רב’ס הויז.
די משרתת האט זיך נעבעך געמוזט אומקערן אהיים מיט ליידיגע הענט. אינגאנצן ליידיג קען מען נישט זאגן, ווייל אירע אויערן האבן יא אנגעהערט פיל גיפטיגע רייד פון זיין טריפה’נעם מויל, וואס ער האט געשימפט און גע’לץ’עטעט אויפן חשבון פונעם בעלזער רב (ר”ל).
די משרתת האט ווידער אויסגעגאסן איר פארביטערט הארץ פאר די רביצין. זי האט דערציילט ווי שטארק דער מילכיגער האט איר פארשעמט און צוזאמגערעדט אויפן רב, און נאכדערצו האט ער אזוי ארום געדרייט מיט איר אז פאר איר זאל שוין נישט אויסקומען קיין טראפ פוטער.
דאסמאל האט זיך די רביצין צוליב איר גרויס אויפברויז שוין מער נישט געקענט צוריק האלטן, און זי איז אריינגעגאנגען צו איר מאן אין חדר מיוחד און אים פארציילט וואס זי ליידט זיך אן כסדר פון דעם מילכיגער. דער צדיק האט נישט געענטפערט אבער עס איז געווען קענטיג אז די זאך פארדריסט אים.
עס האט נישט לאנג געדויערט און דעם צדיק’ס הקפדה האט דערגרייכט דעם מילכיגער. ווען ער איז אהיימגעפארן פון בעלז צום דארף אויף א וואגן, איז ער פלוצים אראפגעפאלן פון וואגן און זיך צובראכן די פיס.
מ’האט אים אהיימגעפירט צו זיך אין הויז, און געלאזט אראפרופן דאקטורים זיי זאלן אים געבן עפעס א רפואה. אבער די דאקטוירים האבן נישט געפונען די פאסיגע מיטל צו היילן די צובראכענע פיס. ער איז געבליבן ליגן אין בעט מיס גרויסע יסורים א לענגערע צייט.
זינט יענעם טאג האבן בעלזער חסידים אפגעאטעמט, ווייל די פרוי פונעם מילכיגער איז געווען מער גינסטיג צו זיי און זי האט גוט באהאנדלט אירע חסיד׳ישע קונדן. זי האט זיי אפילו בעסער באהאנדלט ווי אנדערע קונדן און צומאל האט זי גאר געגעבן פאר זיי סחורה אומזיסט.
די חסידים האבן געזען ווי דער מילכיגער ליגט אין בעט מיט יסורים און קען נישט אראפשטעלן א פוס, האבן זיי אים פרובירט איבעררעדן ער זאל פארן בעטן מחילה פון בעלזער רב: ״פארוואס זאלסטו נישט הייסן מ׳זאל דיך נעמען צום רב אים איבערבעטן, און אויס’פועל’ן א ישועה פאר דיר?״
אבער דער קראנקער איז געווען הארטנעקיג: ״ניין! איך וועל בשום אופן נישט מסכים זיין צו פארן און בעטן מחילה פון בעלזער רב!…״
עס איז פארלאפן א צייט און דער קראנקער ליגט נאך אלץ אין בעט און קען זיך נישט שטעלן אויף די פיס. זיין פרוי איז שוין מיד געווארן פון אים כסדר באדינען, האט זי אנגעהויבן נאכלאזן און זיך ווייניגער אומגעקוקט אויף אים. זי האט אים פון טאג צו טאג ווייניגער און ווייניגער באדינט, און ער איז געלעגן ממש ״כאבן שאין לו הופכין״ [-ווי א פארלאזטע שטיין]. בלויז צו עסן און טרינקען האט זי אים דערלאנגט, ער זאל זיך קענען האלטן ביים חיות.
דער מילכיגער האט שוין געזען זיין ביטערע לאגע, בלית ברירה האט ער אנגעהויבן זיך בעטן ביי זיין פרוי, אז זי זאל מיט אים פארן קיין בעלז. כך הוה, זי האט דאך שוין לאנג געוואלט ער זאל אהין פארן, און זי האט אים גענומען גרייטן צו די נסיעה.
ווען דער קראנקער מילכיגער איז געברענגט געווארן צום בעלזער רב, האט דער צדיק באפוילן מ’זאל אים אריינפירן צו זיך אין חדר מיוחד און אוועקזעצן אויף א בענקל.
ווען דער מילכיגער איז שוין געזעסן, זאגט אים דער צדיק: ״גיי אראפ פון בענקל און שפאן אין שטוב אהין און צוריק!״
צו אלעמענס וואונדער האט דער מילכיגער אזוי געטון. ער גייט אראפ פון בענקל און שפאנט אין שטוב ארויף און אראפ, אהן שפירן די מינדעסטע ווייטאג אין די פריער צובראכענע פיס.
איצט איז דער מילכיגער ארויסגעלאפן פון רב׳ס צימער, אהן קיין דרך ארץ און אהן זיך באדאנקן א ווארט פאר דעם גרויסן חסד וואס דער צדיק האט אים געטוהן.
און נישט בלויז דאס, נאר ער האט זיך דערוואגט ווידער צו עפענען זיין מויל און זידלען דעם רב מיט געמיינע רייד. פונקט אזוי ווי ער האט געטאן אמאל. כאילו עס האט גארנישט פאסירט. און כאילו ער האט גארנישט וואס מורא צו האבן פונעם רב’ס הקפדה רח”ל.
אבער עס האט נישט לאנג גענומען, און די הימלישע האנט האט אים דערגרייכט. אויפן וועג אהיים איז דער מילכיגער נאכאמאל אראפגעפאלן פון וואגן, און זיך צובראכן הענט און פיס, רח״ל.
דאסמאל איז ער שוין נעבעך אזוי פארבליבן ל״ע עד יום מותו.
האט דער צדיק רבי זונדל פארענדיגט: ״דער טאטע ז״ל האט געקענט ביידע, סיי היילן און סיי שלאגן, אבער איך פארמאג נישט די כוחות… אבער ״החיים והמות ביד הלשון״. ווילאנג מ’היט דאס ווארט, איז דער מענטש א בעל הבית אויפן ווארט, ווידער אויב מ׳האט א פרייע צינג און מ׳רעדט וואס מ׳וויל, דאן איז דאס ווארט א בעל הבית אויפן מענטש. פון רעדן וואס מ׳טאר נישט קען נאר דער מענטש דערלייגן…״. דער איד האט נאכן הערן די ווערטער זיך אנטשולדיגט און צוגעזאגט מער נישט צו רעדן אויף ערליכע אידן.