אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס פאליטישע נייעס און ארטיקלען

פרעזידענט טראמפ’ס שטעלונג איבער רוסלאנד’ס וואל העקערייען

דער סאמיט צווישן דאנעלד טראמפ און וולאדימיר פוטין, האט אנגעמאכט גאר א גרויסער שטורעם, איבערהויפט נאכדעם וואס דער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן האט געזאגט פאר זשורנאליסטן פון איבער די גאנצע וועלט, אז ער האט גרויס צוטרוי צום רוסישן געוועזענעם קעי דזשי בי אגענט און היינטיגן פרעזידענט פוטין, וואס איז באקאנט מיט זיינע פינסטערע מעשים, ווי איידער צו די אמעריקאנע אינטיליגענט קאמיטע און שפיאנאזש אגענטורן.

וואס די צוויי פירער – וועלכע פארמאגן די בעלות פון גאר א גרויסע טייל פון נוקלעארע וואפן איבער די וועלט – האבן גערעדט צווישן זיך, ווייסט מען נישט. אזויפיל ווייסט מען יא, אז טראמפ האט געזאגט אין פובליק זיין מיינונג, וואס האט שטארק פארשעמט די אמעריקאנע שפיאנאזש געמיינדע, און געברענגט א פלייץ פון קריטיק פון אלע זייטן אינעם פאליטישן וועלט, אפילו פון געווענליכע בלינדע טראמפ שטיצער.

טייל זענען געגאנגען ווייטער, מיטן באשולדיגן אז פוטין האט זיכער גאר שעדליכע אינפארמאציע אויף פרעזידענט טראמפ, און דערפאר ציטערט טראמפ אוועק פונעם רוסישן בער, און דערוואגט זיך נישט צו זאגן א קרום ווארט אויף פוטין.

בכלל איז עפעס זייער מאדנע אז אין די צייט וואס די לאנגיעריגע אליאירטע ווי די נאטא לענדער און די אייראפעאישע פאראיין, זענען פלוצלינג געווארן אמעריקע’ס פיינט, און דער רוס וואס טוט העקן אין די אמעריקאנע קאמפיוטער’ס יומם ולילה, און זוכט אויסצושפרייטן זיין מאכט מיטן איינצוימען אמעריקע’ס מאכט, ער ווערט גאר אויסגעלויבט אלס א נאנטער פריינט וואס האט צוטרוי.

די שטורעם איז געשאפן געווארן איבער די באשולדיגונג אז רוסלאנד האט געהעקט און זיך אריינגעמישט אין די אמעריקאנע וואלן פון יארע 2016, און געברענגט דערצו אז טראמפ זאל זיצן אויפן בענקל. פרעזידענט טראמפ טוט שוין זינט זיין געווינס, ליידן פון רדיפות און באשולדיגונגען אז ער האט נאנט געארבעט מיט רוסלאנד צו באאיינפלוסן די וואלן, און עס איז געשטעלט געווארן אויף דעם באשולדיגונג א ספעציעלער אויספארשער – דער באקאנטער ראבערט מוללער – וואס האט דערווייל גארנישט געברענגט צום טיש, אויסער אפאר געלט-וואשן פארלעצונגען און אנדערע פעדעראלע קלאגעס אויף טראמפ קאמפיין איינגעשטעלטע, און אויך קעגן רוסן וואס האבן אינטערווינירט אין די וואלן, צווישן זיי א קאמפעני וואס האט נאך ניטאמאל עקזיסטירט ביי די עלעקשאנס.

צו לייגן דרוק אויפן פרעזידענט אז ער זאל אריינגעבן א פסק פאר פוטין פארוואס ער מישט זיך אין אמעריקע’ס וואלן, האט מען ארויסגעשטעלט הארט איידער די סאמיט פרישע באשולדיגונגען אויף צוועלף רוסן, וואס האבן געהעקט אמעריקאנע וואלן. פרעזידענט טראמפ ווייסט אז אויב גיבט ער לעגיטימאציע אז ער האט געארבעט מיט די רוסן – א זאך וואס ער שרייט אז עס האט קיינמאל עקזיסטירט – דאן איז זיין זיץ אינעם אוועל אפיס אונטער א גרויסע פראגע צייכן.

ביים פרעסע קאנפערענץ האט טראמפ געזאגט אז ער האט געפרעגט פוטין איבער די אריינמישן אין די וואלן, און פוטין האט ‘אליינס געזאגט’ אז רוסלאנד האט זיך קיינמאל נישט אריינגעמישט, און וועט זיך קיינמאל נישט אריינמישן, אין די אמעריקאנע וואלן. עס קען זיין אז פריוואטע רוסן האבן געהעקט די וואל סיסטעם, אבער מיט די רעגירונג האט עס נישט קיין פארבינדונג. פוטין האט אפילו פארגעשלאגן פאר ראבערט מוללער, ער זאל אראפקומען קיין רוסלאנד, און מיטהאלטן די אויספארשונגען אויף די צוועלף אנגעקלאגטע רוסן.

טראמפ האט ארויסגעברענגט אז עס איז פארשוואונדן געווארן א סערווער פון די עף בי איי מיט טויזענטער אימעיל’ס פון הילערי קלינטאן, און ער זוכט עס. וואו איז די סערווער? וויאזוי איז עס פארשוואונדן געווארן? ער פרעגט די פראגע איינמאל און נאכאמאל, אבער קיין ענטפער קומט נישט. אבער איבער פוטין האט ער געהאט א אנדערע מיינונג, און קלארגעשטעלט אז ער גלייבט אז רוסלאנד האט נישט דורכגעפירט קיין העקערייען ביי די וואלן – טראץ וואס זיינע אייגענע שפיאנאזש אגענטורן זאגן אז יא.

אזא זאך האט געשאפן א ריזן שטורעם, און כמעט יעדער האט אראפגעריסן דעם פרעזידענט פאר אזא פרעצעדאנטלאזער שריט. פאול רייען דער קאנגרעס ספיקער האט געזאגט אז “דער פרעזידענט דארף פארשטיין, רוסלאנד איז נישט אונזער פריינט”. דזשאן מעקעין האט אויך געזאגט אז די גאנצע סאמיט איז געווען א “טראגישער טעות”, און אז טראמפ האט קלאר געצייגט ווי ער ווערט צעמאלן שטייענדיג קעגן פוטין.

דער דעמאקראטישער מינאריטעט פירער אין סענאט טשאק שומער, האט גערופן צו די רעפובליקאנער אז זיי זאלן זיך צושטעלן צו די רוף פון דעמאקראטן, אז פרעזידענט טראמפ זאל זיך שטעלן און ענטפערן פראגעס פארנט פון קאנגרעס, איבער די זיצונג צווישן פיר אויגן וואס ער האט געהאט מיט פוטין אין העלסינקי, און געזאגט אז “טראמפ האט געלייגט זיינע פריוואטע אינטערעסן איידער די אינטערעסן פון די פאראייניגטע שטאטן”. געוועזענער סי איי עי דירעקטאר דזשאן ברענען איז געגאנגען א טריט ווייטער, און באשולדיגט טראמפ מיט פארראט, זאגנדיג אז דער פרעזידענט געפינט זיך אויסדרוקליך אין פוטינ’ס קעשענע.

צוליב די גרויסע שטורעם, האט פאסירט עפעס וואס קיינער האט נישט געגלייבט אז ס’וועט אמאל געשען: טראמפ האט געזאגט “טעיתי”, איך האב א טעות געהאט, וואס איז עפעס גאר אויסטערליש, קוקנדיג אויף די איגא פון טראמפ, א מענטש וואס קען נאטורליך נישט מודה זיין אז ער האט געטון א טעות.

ער האט געענטפערט א באבע תירוץ אז ער האט זיך צומישט און נישט גוט אויסגעדרוקט, ער האט געמיינט צו זאגן אז “ער זעט נישט פארוואס רוסלאנד זאל זיך “נישט” האבן געהאט אריינגעמישט אין די וואלן”, און ער האט נישט אזוי קלאר ארויסגעזאגט די “נישט”… אבער אין פאקט האט ער געטוישט ליניע, און פעסטגעשטעלט אז ער האט געגעבן א “גאר שטארקע” מעסעדזש פאר פוטין, אז ער האט זיך נישט וואס אריינצומישן אין די אמעריקאנע וואלן.

דאך האט ער תוך כדי דיבור געזאגט אז יא, ער גלייבט די שפיאנאזש געמיינדע פון אמעריקע אז פוטין האט זיך געמישט אין די וואלן, און צוגעלייגט אז עס איז מעגליך געווען אנדערע אויך. צווישן אנדערע האט ער זיך אויך אויפגעטוען אז ער איז די שטרענגסטער פרעזידענט צו רוסלאנד וואס איז נאר געווען, מען זאל נאר א קוק טון אויף די שווערע סאנקציעס וואס ער האט געלייגט אויף זיי.

היינט האט ער פארגעזעצט צו גיין שארף קעגן פוטין, זאגנדיג אין אן אינטערוויו אז ער האלט פוטין פערזענליך פאראנטווארטליך אויף די וואל העקעריי, וויבאלד ער איז דער פירער פון רוסלאנד, פונקט ווי ער זעט זיך פאראנטווארטליך אויף זאכן וואס געשעהן אין אמעריקע.

צו וועט אים העלפן אצינד דאס צוריקדרייען, אדער איז דאס ווי טשאק שומער האט געזאגט נאך זיין ערשטע קלארשטעלונג אז עס איז “פיר און צוואנציג שעה צו שפעט, און אויף די נישט ריכטיגע פלאץ”? וועט טראמפ קענען ווייזן אז ער איז נישט פוטינ’ס עבד נרצע, אדער איז שוין זיין אימעדזש דערנאך אין די טעמע? בלייבט צו שטיין אין א זייט, און נאכפאלגן ווייטער די אנטוויקלונגען. צו שפעקולירן דערוואגט מען זיך שוין נישט היינט צוטאג’ס, ווייל מיט טראמפ קען זיך קיינער נישט אויסרעכענען…

 

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.