עס איז געווען א איד וואס האט געהייסן ר’ אהרן סאפיר פון די שטאט קראקא, דער איד פלעגט אפט פאָרן צום גרויסן צדיק רבי יחזקאל שרגא הלברשטאם זיע”א – דער שינאווע רב, און פלעגט זיין פאררעכענט אַלס איינס פון די פילע אנהענגער פונעם גרויסן צדיק, וואס האבן געהאט די זכיה זיך צו ווייקן אינעם שינאווע הויף, ווי מען האט געקענט טאפן די יראת שמים, ווי אויך האט מען טאג טעגליך געזעהן אפענע מופתים שלא כדרך הטבע, וואס דער רבי מיט זיינע הייליגע ברכות האט אויסגע’פועל’ט פאר אידישע קינדער, און מיט דעם מקדש געווען שם שמים מסוף העולם ועד סופו.
דער ר’ אהרן איז געווען א האלץ הענדלער, האלץ – איז אין יענע יארן געווען גאר א וויכטיגע ארטיקל, מען האט גענוצט די האלץ צום הייצן און צום קאכן, און דערפאר האט מען אלעמאל געדארפט צוקומען צו האלץ, דאס איז א שטייגער ווי היינטיגע צייטן ‘עלעקטערי’ וואס יעדע מענטש איז צו דעם צוגעבינדן, צום הייצן און צום קאכן און צו וואס נישט.
דער סדר פון די האלץ הענדלער איז געווען, אז זיי האבן אפגעקויפט א גרויסע וואלד מיט הונדערטער ביימער, און האבן דאס אפגעשניטן און גרייט געמאכט פארן קומענדיגן ווינטער, דאַן האט מען דאס ארויסגעשיקט אויפן מארק צום פארקויפן.
אבער כדי צו קענען ארויסשיקן אזעלכע גרויסע קוואנטומס פון האלץ פון איין שטאט צום אנדערן, האט מען דאס צוזאמגעבינדן עס זאל ווערן ווי א פלאַכע שיף, און מען האט דאס אריבערגעפירט דעם טייך, און אזוי האט מען דאס געברענגט פון איין פלאץ צום אנדערן.
דאס פאלגענדע פאסירונג – אן אמת’ע מופת פונעם הייליגן שינאווע רב זיע”א האט פאסירט אין א געוויסע יאהר ווען עס האט געהערשט א טריקעניש אינעם גאנצן אומגעגענט, עס האט פאר א לענגערע צייט נישט גערענגט, און די טייכן זענען געווען היבש אויסגעטריקנט וואס דאס האט געמיינט אז עס איז אוממעגליך געווען אריבער צו פירן די העלצער דורכן וואסער צו די אנדערע שטעטליך.
די האלץ הענדלער זענען געשטאנען אהן מאכט, נישט וואוסנדיג וויאזוי זיך אן עצה צו געבן, און געווארט אויפן ישועת השם, עס זאל זיך אראפ לאזן א רעגן, און די טייכן זאלן זיך הייבן, און די ביזנעס זאל ווייטער קענען פארן ווי געהעריג, אבער עס איז אריבער געגאנגען א וואך און א צווייטע וואך און עס האט זיך נאך אלס נישט באוויזן קיין צייכן פון רעגן.
ר’ אהרן, וואס האט ווי פריער דערמאנט אויך אנגעפירט א גרויסע ביזנעס פון האלץ – צוזאמען מיט נאך עטליכע שותפים, האט אין זיין גרויס פארלעגנהייט זיך גענומען די מאכט און אריבער געפארן צו זיין רבי’ן דער באקאנטער גרויסע צדיק און פועל ישועות – און זיך אויסגעוויינט זיין פארקלעמטע הארץ, ארויסברענגענדיג אז אויב חלילה עס וועט נישט גיין קיין רעגן אין די קומענדיגע טעג, וועעט איהם דאס מיינען אן ערנסטע פארלוסט און אפיציעלע באנקראט ח”ו.
רבי – האט ר’ אהרן זיך געבעטן, האט רחמנות אויף מיר און אויף מיינע שותפים, זייט מתפלל אז עס זאל ווי שנעלער גיין א רעגן.
דער הייליגער שינאווע רב זיע”א ענטפערט אבער, וויאזוי קען איך מתפלל זיין עס זאל גיין א רעגן, אין דער צייט ווען מיין שוואגער ר’ נפתלי אלימלך (דאס איז געווען דער טאטע פון הרה”ק ר’ איציקל מפשעווארסק זיע”א) ליידט אויף רעמאטיזם, און ווען עס רעגנט פארשטעקערט זיך די יסורים.
אבער – פירט אויס דער הייליגער שינאווע רב, אויב ביזטו גרייט אויסצוצאלן פאר מיין שוואגער וויפל עס קאסט צו פארן קיין … ער זאל קענען דארט גיין אויף בעדער (בעדער, דאס איז אזעלכע נאטירליכע פלעצער וואס דער רבוש”ע האט באשאפן מיט נאטירליכע היילונג וואסערן א.א.וו.), דאַן וועל איך מתפלל זיין עס זאל קומען א רעגן, און דו וועסט געהאלפן ווערן.
ר’ אהרן איז געווען א ערליכע איד – א חסיד, און אז דער רבי הייסט אויסצאלן פאר ר’ נפתלי אלימלך, האט ער אפילו נישט געצווייפלט, נאר תיכף זיך נאכגעפרעגט די פרייזן פון די באַנען קיין…, און ער האט געגעבן דאס גאנצע געלט פאר ר’ נפתלי אלימלך, ער זאל קענען זיך היילן ביי די ארטיגע בעדער.
מיט ערליכע אמונת צדיקים האט ר’ אהרן שנעל געשיקט א טעלעגראם קיין קראקא צו זיינע שותפים, זיי זאלן צוזאמען נעמען און צוזאמבינדן די העלצער און עס מאכן גרייט, צוליב די רעגן וואס וועט זיכער אט אט אנקומען.
די שותפים האבן געטוען אזוי ווי ר’ אהרן האט געבעטן, צוזאמען גענומען אלע העלצער, און מיט די ספעציעלע שטריק האבן זיי דאס צוזאמען געבינדן, און גרייט געמאכט אויפן רעגן וואס… עס האט נאך בכלל נישט אויסגעזעהן אז עס קומט.
די אנדערע האלץ הענדלער, האבן זיך אבער אויסגעלאכט פון ר’ אהרן’ס שותפים, זיי האבן נישט אינאכט גענומען די הבטחה פונעם שינאווע רב, אין א צייט ווען עס האט זיך נאכנישט אנגעזעהן קיין צייכן פון רעגן, און האבן געלאזט זייערע העלצער צושפרייט ווארטנדיג ווייטער אויף די צייכענעס פונעם רעגן וואס וועט אנקומען – לויט זייער פארשטאנד – און עטליכע וואכן ארום, אדער גאר קיינמאל.
ווי פארשטענדליך איז מקוים געווארן דעם צדיק’ס רייד, עס איז אריבער געגאנגען געציילטע טעג, ביז עס האט זיך אראפגעלאזט א שלאַקס רעגן, עס האט אזוי גערעגנט אז ווען דער שינאווע רב איז געגאנגען אין מקוה ערב שבת, זענען די שיך זיינע נאס געווארן, דער שינאווע רב האט זיך צושמייכעלט און געזאגט ‘אזוי שטארק האב איך שוין נישט געמיינט…!
ר’ אהרן מיט זיינע שותפים וואס האבן זיך גרייט געמאכט צום רעגן, האבן אפגעפירט די העלצער מיט וואסער, און האבן ברוך ה’ פיין פארדיננט, ווידער די אנדערע האלץ הענדלער ואס האבן נישט געגלייבט אינעם צדיק’ס הבטחה, האבן נעבעך געהאט א גרויסע פארלוסט, זייערע אלע העלצער זענען צושפרייט געווארן אויפן וואסער, און זענען פארלוירן געגאנגען.
ר’ אהרן איז צוריק אהיים געקומען קיין קראקא און געבעטן פון זיינע שותפים, יעדער זאל צאלן זיין חלק פאר די טיקעטס פון ר’ נפתלי אלימלך. ערקלערנדיג אז נאר צוליב די געלט וואס ער האט געצאלט פאר ר’ נפתלי אלימלך, איז געקומען די רעגן, איז דאך נאר רעכט אז אלע שותפים זאלן צאלן זייער חלק אינעם געשעפט.
די שותפים האבן אבער ערקלערט אז, מיר זענען נישט מחויב צו צאלן קיין געלט אויף קיין אומזיכערע זאך, ווער זאגט אז די רעגן איז טאקע געקומען נאר בזכותו של אותו צדיק – דער שינאווע רב, אפשר האט זיך פונקט געמאכט א רעגן, און אזוי האבן זיי זיך גע’טענה’עט מיט ר’ אהרן אז ווילאנג ער קען נישט אויפווייזן קלאר אז די רעגן איז נאר געקומען אינעם זכות פונעם צדיק’ס ברכה, דאן זענען זיי נישט מחויב צו צאלן זייערע חלק.
ר’ אהרן האט געשיקט א בקשה קיין שינאווע, אז היות די שותפים זיינע גלייבן נישט מיט א זיכערקייט אז די רעגן איז נאר געקומען בזכות דעם צדיק’ס ברכה, בעהט ער אז דער שינאווע רב זאל איהם געבן אן עצה וויאזוי דאס אויף צו ווייזן פאר זיינע שותפים.
דער הייליגע שינאווע רב זיע”א האט צוריק געשיקט א בריוו: יא, איר קענט זיכער זיין אז דאס איז געקומען נאר אינעם זכות פון די צדקה פאר ר’ נפתלי אלימלך! און אלע שותפים זענען מחויב עפ”י דין צו צאלן זייערע חלק אינעם געשעפט!
הרה”ק ר’ איציקל מפשעווארסק זיע”א איז אמאל ספעציעל אריבער געפארן צו אן אייניקל פון דעם ר’ אהרן, צו זעהן מיט די אייגענע אויגן די האנט שריפט פונעם הייליגן שינאווע רב זיע”א ווי ער איז מעיד אויף זיך אליינס אז די מופת איז געקומען פון זיין ברכה!
(י”ג אורות – מערכת הרה”ק משינאווע זיע”א)