אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

טוט צפון קארעא פארזעצן מיט נוקלעארע פארשריט?

אויב האט מען געהאפט און געמיינט אז אצינד וועט זיך די קארעא האלב אינזל  אנטוואפענען פון נוקלעארע וואפן, און אז קים יאנג אן, דער דיקטאטור פון צפון קארעא איז ערנסט דערביי צו אנהייבן א פרישן בלאט אין די היסטאריע פון זיין לאנד, שטעלט זיך גאר ארויס אז עס איז נאך דא א ווייטער וועג צו גיין ביז עס וועט קומען דערצו, ווייל דער קים פרובירט ווארשיינליך צו אויספאפן אמעריקע, און פארלעצן די גוטע ווילן אפמאכן וואס ער האט נישט לאנג צוריק אונטערגעשריבן.

עס איז נאכנישט קיין גאנצע דריי וואכן זינט די היסטארישע סאמיט צווישן טראמפ און קים אין סינגאפאר, וואו צפון קארעא האט אויסגעדרוקט זייער ווילן זיך צו טאטאל דענוקלעאריזירן, אבער אצינד איז ארויסגעקומען א שאקירענדע באריכט  באזירט אויף סאטעליט בילדער, וואס צייגן אז נישט בלויז וואס צפון קארעא עלימינירט נישט די עקזיסטירנדע נוקלעארע איינריכטונגען, נאר זיי זעצן פאר צו פארברייטערן די נוקלעארע ארסענאלן.

סאטעליט בילדער וועלכע זענען אויפגעכאפט געווארן דורך די פארשונג אינסטעטוציע ‘צפון 38’, צייגן קלאר אז פיאנגיענג זעצט ווייטער פאר מיטן אויפבויען און פארברייטערן זייערע נוקלעארע איינריכטונגען אין יאנגביאן. לויט די בילדער פון די אינסטעטוציע, זעט מען ווי עס שפראצן ארויס פרישע געביידעס ארום דעם נוקלעארן רעאקטאר, אלטע ווענט ווערן רענאווירט און באפעסטיגט, און נאך פארשידענע זאכן זענען אונטער קאנסטראקציע.

דאס ברענגט ארויף זארג, כאטש וואס עס איז נישטא קיין פאקטישע באווייז אז עס קומט ווירקליך פאר פארשידענע אקטיוויטעטן אינעווייניג אין די געביידעס.

דערווייל קוקט מען זיך צו מיט שפאנונג, און מ’ווארט צו הערן די רעאקציע פון פרעזידענט טראמפ אויף די פרישע אויפדעקונג. ווי אנאליסטן זאגן פאר, אויב וועלן זיך די באריכטן ארויסשטעלן אלס ריכטיג, וועט טראמפ גאר שטארק באשטראפן צפון קארעא פארן מאכן פון אים דאס גענאר, א זאך וואס עס איז א שרעק נאר צו טראכטן ווי ווילד און טויטליך טראמפ וועט זיך נוקם זיין אין קים, א זאך וואס קים יאנג אן אליין ווייסט אויך דערפון, און עס וואונדערט זיך פארוואס ער האט דאס געטון.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.