אין די פרעסע קאנפערענץ קורצליך נאכן פארענדיגן די היסטארישע טראמפ-קים סאמיט אין סינגאפאר, האט פרעזידענט טראמפ גערעדט צו רעפארטער, און דערציילט אז האט ער אויסגעשמועסט מיט קים איבער דעם אז ער פארלאנגט א פולער פארניכטונג צו זיינע נוקלעארע וואפן, א זאך וואס איז אונטרעגעשריבן געווארן דורך ביידע אלס איינע פון די זאכן ביים סינגאפאר דעקלעראציע.
די פרעסע קאנפערענץ האט זיך געצויגן פאר איבער א שעה, און טראמפ איז געווען זייער רואיג און העפליך, ער האט געשמייכלט צו יעדעם איינעם, און נישט אטאקירט אפילו רעפארטער וועמען ער רייסט אראפ ביי סיי וועלכע געלעגנהייט עס קומט אים נאר אונטער. עס האט אויסגעזען ווי ער האט א שטארקע קאנפעדענט אין די פרישע היסטארישע רעזאלוציע.
“קים האט מיר געזאגט אז צפון קארעא פארניכטעט שוין א גרויסע נוקלעארע טעסט לאבאטאריע” האט ער דערציילט, “און מיר האבן גערעדט דערוועגן נאכן אונטערשרייבן די דעקלעראציע. די מיסלס און די טעסט סייט וועט ווערן פארניכטעט אין די נאנטע טעג”.
טראמפ האט זיך באדאנקט פאר קים וואס האט גענומען א דרייסטע טריט פאר א נייע צוקונפט וואס ער וועט צושטעלן פאר זיין פאלק. “מיר הייבן אן א נייע היסטאריע, מיר שרייבן א נייע קאפיטל צווישן די צוויי פעלקער”.
ער האט צוגעלייגט אז “פאר זיבעציג יאר צוריק האט זיך אנגעהויבן א קריג אין די קארעא האלב אינזל, וואס האט זיך קיינמאל נישט געענדיגט. מיר האפן אז יעצט וועט זיך דאס ענדיגן. די פארגאנגענהייט זיגלט נישט אפ קיין צוקונפט, פיינט קענען ווערן פריינט. עס איז נישטא קיין גרעניץ וואס צפון קען פארדינען, אויב זי גיבט אויף די נוקלארע וואפן”.
“די שרעק פון נוקלעארע וואפן וועט באזייטיגט ווערן” האט טראמפ געזאגט. “דערווייל וועלן בלייבן אלע סאנקציעס אויף צפון. מיר חלומ’ען פון א פאראייניגטע קארעא, עפעס וואס זעט אויס ווייט אוועק פון אונז, אבער דאס וועט פאסירן. מענטשן האבן געהאלטן אז דאס וועט קיינמאל נישט געשען, און אט פאסירט עס יעצט. דאס איז א וואונדערבארע טאג אין וועלט’ס היסטאריע. קים איז אויפן וועג אהיים, און אנקומענדיג וועט ער אנהייבן מיט א נייע סטראטעגיע, וואס וועט ברענגען זיכערהייט פאר אסאך מענטשן”.
פרעזידענט טראמפ האט צוגעלייגט: “עס נעמט צייט צו צונעמען א נוקלעארע פראגראם, אבער אז מ’הייבט אן, ענדיגט זיך עס. איך גלייב ער וועט אנהייבן אין נאנטן. מיר וועלן אראפנעמען די סאנקציעס ווי נאר די נוקלעארע וואפן וועלן זיין פארניכטעט, איך קוק ארויס אראפצונעמען די סאנקציעס”.
“איך וועל פארן מסתמא צו פיאנגיענג, און כ’וועל איינלאדענען קים צום וויסן הויז אין די ריכטיגע צייט. מ’וועט עפעס טון אפאר די שווערע מענטשן רעכט פארלעצונגען אין צפון. עס איז שווער דארט, אין ענדע וועט מען זיך מיט עפעס אויסקומען, כ’גלייב אז זאכן גייען זיך טוישן” האט זיך טראמפ געאייסערט.
דאן האט ער צוגעלייגט “איז וויל צוריקברענגען אונזערע סאלדאטן אהיים, אבער דאס איז נישט קיין טייל פון די דיעל אויפן מינוט. מיר האבן געמאכט אינאיינעם מיט דרום קארעא מיליטערישע איבנגען, איך רוף דאס קריג שפילעריי. דאס קאסט זייער טייער, און מ’דארף רעדן מיט סאאול איבערדעם. מ’רעדט דא פון עפעס גאר פראדאקטיוו, אונטער די יעצטיגע אומשטענדן זעט נישט אויס פאסיג צו שפילן מלחמה שפילערייען”…
און אז מ’רעדט שוין איבער א נוקלעארער דיעל, האט פרעזידענט טראמפ דערמאנט איבער די איראן דיעל פון וואס ער האט זיך ארויסגעצויגן, און זיך אויסגעדרוקט אז אין ענדע וועט זיך איראן מוזן צוריק טרעפן ביים פארהאנדלונגס טישל. “איך קלער אז עס וועט קומען די ריכטיגע מינוט ווען די ברוטאלע סאנקציעס קעגן איראן וועלן אריינגיין אין קראפט, זיי וועלן זיך מוזן זעצן פארהאנדלען, אבער יעצט איז נאך צו פרי דערצו”.