אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

ערשטע רעאקציע: דרום קארעא פירער רעדט מיט האפענונג

אין ווייטערדיגע באריכטן איבער די היסטארישע טראמפ-קים סאמיט וואס קומט פאר אין די מינוטן:

פרעזידענט מאן דזשע אין פון דרום קארעא, איז געווען דער ערשטער צו אויסדרוקן האפענונג פאר סוקסעס, און ווי שטארק ער קוקט ארויס אז עס זאל ברענגען א פרישער קאפיטל אין היסטאריע. “דאס איז געווען א שלאפלאזע נאכט” האט ער קלארגעשטעלט אין קאבינעט.

דער דרום פרעזידענט האט גאר ווארעם גראטולירט דעם סאמיט, ווי די ארטיגע נייעס האבן געוויסט צו באכירטן האט ער געזאגט אז “יעצט קומט האפנטליך א פרישער עפאכע פון גענצליך עלימינירן נוקלעארע וואפן, עס קומט פרידן און גוטע באציאונגען אינעם קארעא האלב אינזל.

דורכאויס דעם סאמיט איז דרום קארעא הויפטשטאט סאול געווארן באהאנגען מיט גרויסע סקרינס, וואו טויזענטער האבן מיטגעהאלטן לעבעדיג די היסטארישע באגעגעניש, זייענדיג צוגעשמידט צו די ריזיגע סקרינס.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.