עס קומט יערליך ארויס א באריכט פון די סטעיט דעפארטמענט וועלכע רעדט ארום איבער די רעליגיעזע פרייהייט סטאטוס איבער די וועלט. ווי עס שטעלט זיך ארויס זענען די אראבער היבש צומישט און ווייסן נאכנישט וואספארא ליניע זיי ווילן נעמען, ווען פון איין זייט איז די אראבישע פרעסע אנגעפיקעוועט מיט אנטיסעמיטיזם קעגן יעדן איד, מיט נארישע און זינלאזע אטאקעס, אין די צייט וואס די אראבישע לענדער זוכן נאנטשאפט צו מדינת ישראל.
דאס אז צווישן די אראבער איז יעדער א צווייטער בעל דעה איז דאך נישט קיין חידוש, נישטא קיין זאך אויף וואס אראבער גלייכן זיך אויס, אבער עס איז קלאר אז מען קען פונאנדערשיידן צווישן די פאקטישע לענדער פירערשאפט, און די אלגעמיינע מידיע.
און די סיבה פון די אראבישע לענדער וואס זוכן נאנטשאפט מיט מדינת ישראל, איז נישט ווייל זיי גלייכן די מדינה, נאר פשוט זיי שרעקן זיך פון דער מאנסטער וואס רופט זיך “איראן”, וועלכע זוכט מיט אגרעסיעס צו פארשפרייטן איר איינפלוס איבער די לענג און די ברייט פון מיטל מזרח. וויבאלד דער איינציגסטער מיט מיליטערישע מעגליכקייט אפצושלאגן איראן איז איר גרויסע שונא מדינת ישראל, זוכן זיך די אראבישע לענדער אביסל א ברייטערע שירעם אונטער וואס זיך צו באשיצן.
פון די צווייטע זייט, הערט די אראבישע מידיע נישט אויף צו האמערן קעגן אידן, צווישן זיי רעדט מען איבער די מיטל-אלטער סטיל בלוט בלבולים און אנדערע לעכערליכע און זינלאזע טענות וואס האבן זיך שוין צענדליגע מאל ארויסגעשטעלט אלס פאלשע. אפגערעדט פון די לאנד קואוויעט, וואו די קינדער לערנען אפיציעל די שטותים אין די שולעס.
עס איז צום האפן אז די העצע זאל נישט שאדן פאר קיין שום אידיש קינד, איבערהויפט אז אין דאס מערהייט פון די אראבישע לענדער זענען נישט פארהאנען צופיל אידן, אויב בכלל.