אידישע נייעס

די טראגישע פטירה פון האברך משה יהודא וויינער ע”ה

עס לאזט זיך נישט גלייבן!

עטליכע שורות אין א צייט וואס מען טוט קלאגן אויף א זעלטענע טראגישע פאסירונג, די פטירה פון האברך משה יהודא וויינער ע”ה.

טרערן פארפולן מיר די אויגן, איך קען נישט גלייבן, עס ציפט און פראסקעט, משה אונזער פריינט, עלה למרום! יעדע פטירה איז צער, יעדער מענטש וואס גייט אוועק טוט וויי. משה וויינער איז עפעס אנדערש. היינט אינדערפרי האבן הונדערטער פריינט, ידידים, און פאמיליע, און גאנץ כלל ישראל, אויפגענומען מיט גרויס שאק די שוידערליכע געשיכטע עפעס וואס האט אויפגערודערט די אידישע וועלט, און צעשטורעמט הערצער. משה האט שפאצירט אין גאס, ווי יעדן טאג, און א טרעילער האט אים מיטגעשלעפט אינמיטן פליען, ער האט זיך פארהאנקערט און געליטן שווערע יסירים. מען האט אים אריינגעפירט אין שפיטאל, און מען האט פרובירט איינרייסן אבער גארנישט האט געהאלפן.

די פאליציי ביים אויספארשן דעטאלן וואס האבן געקאסט דאס לעבן פון האברך ר’ משה וויינער ע”ה

מען האט מיטאמאל אנגעהויבן הערן די שוידערליכע בשורה אז דער מוישי, וואס איז נעכטן געגאנגען שלאפן פונקט ווי אונז אלע, מוישי וואס איז היינט אויפגעשטאנען פונקט ווי אונז אלע, איז שוין נישט בין החיים אין שפיטאל, און וועט ארויסקומען אין א קאסטן. יויש, עס טוט ציפן און באדערן.

משה איז געווען א קוואל פון אינספיראציע, כאטש זיין פאמיליע זענען באשטאנען פון פארמעגליכע סוקסעספולע ביזנעסלייט, פלעגט משה קלעבן צו אלע בעלי רחמנות, ער פלעגט שלעפן צו זיך אינדערהיים אויף שבתים די בחורים פון אויסלאנד און ארץ ישראל וואס פלעגן נישט טרעפן ווי צו זיין. עס פלעגן זיך וואונדערן זיינע פריינט וויאזוי ער מאכט זיך אזויפיל געדולד פאר די אלע צו וועם קיינער האט נישט געהאט קיין נערוון. און וויפיל חיזוק ער פלעגט זיי געבן, נאר זיי וועלן דאס גענוג קענען באוויינען.

משה האט געהאט א הארץ פון פוטער, ער האט פארמאגט גאלדענע מידות, מען שרייבט דאס אויף יעדן. אבער אויף אים איז עס אפילו אונטערגעשאצט. ער פלעגט יעדן מאכן גוט שפירן, ער איז געווען איין שטיק יענעם, ער פלעגט אלעמאל געבן עסן און געלט פאר אנדערע, ער האט געטון וואס ער האט געקענט צו מאכן אנדערע שפירן אז ער איז זייער עכטע חבר און בעסטע חבר.

עס איז א טאג פון קלאג, משה האט געלערנט אין קרית יואל, ער איז א מיטגליד אין איחוד ע”ד, וואס אויסער די פאקט אז די יארגאנג איז זייער באחדות און העפליך איינער צום אנדערן, איז משה בכלל געווען א חבר צו יעדן, און דערפאר זעט זיך אן א אויסערגעווענליכע טרויער ביי די גאנצע יארגאנג, ווען יעדער איז טראמאטיזירט און צושאסן אויף שטיקער.

ארטיקל אין מאמענט מאגאזין ווי ישיבה חברים באוויינען זייער נאענטן פריינט משה וויינער ע”ה, וואס איז געווארן אזוי פליצום אוועקגעריסן פון די וועלט

צווישן די רעאקציעס ביי זיינע ידידים האבן זיך געהערט ביטערע קרעכצן, מען האט דאס נישט און מען וויל דאס ווייטער נישט גלייבן, “פונקט דאס בעסטע” האט מען פון אונז צוגענומען האט געזאגט איינער, …משה האסט מיר געגעבן לעבן יעדן טאג, איך ווייס נישט ווי זיך אהינצוטון”! זאגט א צווייטער דערשטיקט פון געפיל, טרויער, און טרערן שנירלעך.

עס וועט פארצייכנט ווערן ביי כלל ישראל, און דארונטער ביי זיינע פולע


דער נפטר ווערט געזען ארומגענומען מיט נאענטע פריינט, ממש לעצטנס
ער איז דער לעצטער לינקס

פריינט אלס א טונקעלער פאסירונג, מען וועט דאס קיינמאל נישט פארגעסן, און אין זכרון וועט משה אלעמאל פארבלייבן אלס א שטיק פון יעדנס פערזענליכן לעבן. עס איז גארנישט איבערגעטריבן, פרעגט סיי ווער עס קען נאר אונזער העלד.

מוישי מיר געדענקען דיר שטענדיג, די טרערן וואס פליסן פון מיינע אויגן בשעת’ן שרייבן מיט דרוק און צובראכנקייט זענען עדות ווי שווער עס איז מיר צו אויפנעמען אזא טראגעדיע, משה! מיר וועלן דיר קיינמאל נישט פארגעסן!

איבערן שרייבער

ארי ווייזער

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.