אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

פאטאלע סאו פאולאו געביידע פייער

בראזיל – א 22 שטאקיגע ליידיגע אפיס געביידע אין סאו פאולאו, בראזיל, וועלכע איז געווען אקופירט דורך הונדערטער היימלאזע, איז פארכאפט געווארן אין פלאמען און איז צוזאמגעפאלן, שיסנדיג א דיקע שווארצע רויעך וואלקן אין דער לופטן, אינאיינעם מיט ברענענדיגע שטיקער ברוכווארג אויף די ארומיגע געביידעס. אמווייניגסטנס איינער איז אומגעקומען און דריי אנדערע זענען נאכנישט אפגעפונען געווארן, לויט לאקאלע פייער באאמטע, וועלכע זאגן אז זיי האבן געהאט א ליסטע פון פיר הונדערט היימלאזע וועלכע האבן זיך אויפגעהאלטן אין דער געביידע, וועלכע האט באלאנגט פאר דער רעגירונג. דער אורזאך פונעם פייער איז אומקלאר, און ס’ווערט געפארשט צי די היימלאזע האבן מעגליך עפעס פארנאכלעסיגט און אנגעברענגט דאס פייער.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.