לאנדאן – די עקוואדארער אויטאריטעטן האבן אפגעהאקט די אינטערנעט פארבינדונג פאר’ן וויקיליעקס גרינדער דזשוליען אסאנדזש, וועלכער באהאלט זיך אין זייער אמבאסאדע אין לאנדאן, וועלנדיג אויסמיידן ארעסט דורך די בריטישע פאליציי.
די אמבאסאדע איינגעשטעלטע זענען שוין לאנג ברוגז אויף אים, צוליב זיין אויפפירונג און באנעמונג מיט זיי, אבער אצינד האט עס דערגרייכט א פרישן שטאפל, נאכדעם וואס ער האט ארויסגעשיקט א מעסעדזש צו אטאקירן ענגלאנד פאר’ן ארויסווארפן רוסישע דיפלאמאטן, שרייבנדיג אז ס’איז נישט ריכטיג אז רוסלאנד איז געשטאנען אונטער דער פארפעסטיגונג פונעם געוועזענעם שפיאן.
עקוואדאר זאגט אז זיי ווילן נישט אז אסאנדזש זאל קענען אריינרעדן אין אינטערנאציאנאלע קריזיסן, און דעריבער האבן זיי אפגעהאקט זיין אינטערנעט.