יוני הייקינד, דער אינדארסירטע קאנדידאט פאר סיטי קאונסיל, וועלכע קריגט גרויסע שטיצע ביי קהילות, מוסדות, און עסקני העיר איז בעפאר די הייליגע טעג געווארן אויפגענומען ביי די רבני העיר, אפנעמענדיג זייערע ברכות צום בעפארשטייענדן קאמפיין.
יוני איז געווארן אויפגענומען מיט גרויס אנערקענונג און הערצה, ווען די רבנים זענען באקאנט מיט זיינע לייסטונגען ביז אהער, ציענדיג די קייט פון זיין פאטער, אסעמבלימאן דוב הייקינד וואס סערווירט שוין בארא פארק פאר אזויפיל יאר.
די מנהיגי הדור האבן אנגעוואונטשן יוני זאל האבן אסאך הצלחה, און קענען אויפטון פארן כלל מיט סיעתא דשמיא.