ווארשא – טויזנטער פוילישע בירגער האבן שבת מארשירט אין עטליכע פוילישע שטעט, אויסצודרוקן קעגנערשאפט צו ראסיזם, אנטיסעמיטיזם און סיי וועלכע האס. דער גרעסטער פון די פראטעסטן, איז פארגעקומען אין דער הויפטשטאט ווארשא, וואו די פראטעסטירער האבן געהאלטן שילדן צו רופן פאר שלום, פרידן און צוזאמלעבן איבער דער וועלט, און אויסער’ן פראטעסטירן קעגן אנטיסעמיטיזם, האבן די פראטעסטירער אויך גערופן צו אן ענדע פון דער בלוטיגער בירגער קריג אין סיריע. דער פראטעסט איז געקומען אלס רעזולטאט פון דעם אויפשטייגנדיגן אנטיסעמיטיזם אין לאנד, וואס איז נאר געווארן ערגער אין די לעצטע וואכן, זינט די פוילישע רעגירונג האט באשטעטיגט דאס העסליכע האלאקאוסט געזעץ, איינצוצוימען דאס רעדן פונעם האלאקאוסט.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
הרב הגאון ר’ שמואל קאמינעצקי שליט”א: שטימט...
כלל ישראל צעטרייסלט נאך שוידערליכע שיסעריי וואס קאסט...
גרופע אידן פארלאנגען פון פראנקרייך די ביינער פון...
חסדי ה’: פלאן צו פאר’סמ’ען אידן און...
ברוך דיין האמת! אינגערמאן דערטראנקען נאכן...
ברוך דיין האמת: איד דערטראנקען געווארן אין תל אביב...
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.