נסיעה לקברי צדיקים פאר בחורים מיט נישט געזונטע געשוויסטער לרפו”ש, בלאזט אריין אין די הערצער א גייסט פון חיזוק און האפענונג ››› רייכע, עמאציאנאלע פראגראם און הימל שפאלטנדע תפלות ותחנונים, ווערן נאכגעפאלגט מיט נארהאפטיגע נאכטמאל, קומזיץ, און תשליך ביים וואסער ››› בחורים דרוקן זיך אויס: “די מאמענטן וועלן אונז בלייבן איינגעקריצט אלעמאל!”


אין א פרישער רינגל צום קייט פון חסד פראיעקטן פאר משפחות מיט נישט געזונטע מיטגלידער רח”ל, האט די אחים ביחד – חי לייפליין ארגענעזאציע אהערגעשטעלט א ספעציעלע “נסיעה” פאר איבער 100 בחורים וועלכע פארמאגן ליידער געשוויסטער אדער עלטערן וואס זענען נישט געזונט. מיט א פראגראם איינצורייסן פאר זייער גענצליכע רפואה ביי קברי צדיקים, ווערנדיג נאכגעפאלגט מיט פארשידענע דרשות, און ספיריטואלע מאמענטן, צו אריינבלאזן הויפענעס חיזוק אין די הערצער וועלכע זענען אנגעפולט מיט אנגסט און טרויער אויף די שיקזאל פון זייערע באליבטע פאמיליע מיטגלידער.

עס איז אומבאשרייבליך צו פארשטיין די שוועריגקייטן וואס פאמיליע מיטגלידער גייען ליידער דורך ווען מען האט א קרוב וואס איז נישט געזונט. מען איז כסדר פארנומען. מען זיצט פאר וואכן לאנג צווישן די שטובער אין לאנגווייליגע שפיטעלער, עס קאסט אפ א ים מיט געלט, און עס קען אפעקטירן די געווענליכע סדר היום פאר מאנאטן אדער יארן.

פארשידענע פראגראמען זענען געווידמעט פאר די קליינע קינדער אין שטוב, וואס בדרך כלל פארשטייען זיי ניטאמאל וואס עס גייט פאר, און זיי זענען אפילו מקנא די נישט געזונטע געשוויסטער אויף די גאנצע אויפמערקזאמקייט וואס זיי באקומען…

די עלטערע בחורים וואס זיצן אין ישיבה און פארשטייען יא וואס עס גייט פאר זענען אסאך מער אנגעוויזן אין חיזוק, און וואס זיי גייען דורך איז שווער צו פארשטיין.

דעריבער האט מען ווי ערווענט אהערגעשטעלט די גאר געלונגענער פראגראם פאר די בחורים צווישן די יארן פון בר מצוה און די חתונה, אראנדזשירנדיג א גאר רייכער “נסיעה לקברי צדיקים” ווי די בחורים זענען גענומען געווארן צו פארשידענע לאקאלע ציונים, צו עפענען די טרערן קוואל, און זיך אויסוויינען צום באשעפער איבער די מצב פון זייערע קרובים, אויסבעטן א רפואה שלימה, און גלייכצייטיג זיך אביסל אויסלופטערן, זינגען ביי א געשמאקע קומזיץ, און פארברענגען אינאיינעם מיט מענטשן וואס זענען אין די זעלבע מצב בבחינת צרות רבים חצי נחמה.

פארגאנגענע עשרת ימי תשובה האבן עטליכע באקוועמע קאוטש באסעס אפגענומען די איבער הונדערט בחורים פון אלע היימישע געגנטער, עס האט זיך באלד אנטוויקלט א פריינטליכע אטמאספער צווישן די אלע אנטיילנעמענדע, מען האט געדאוונט שחרית אויף די באסעס און עס איז געווארן צוגעשטעלט פת שחרית. מען האט געהערט טרעפליכע רייד פון דער לעגאנדארער מבין איבער קברי צדיקים רבי יונה לאנדא שליט”א וואס האט אנגעפירט דעם גאנצן נסיעה, דערציילנדיג פאר די בחורים איבער די צדיקים ווי מען וועט באזוכן.

אזוי זענען אריבער אסאך שעות, פון פארמערן דאווענען און זיך איינבעטן צום באשעפער אין הימל, די בחורים זענען געווען ביי די קברים פון רבי יעקב יוסף, דער רב הכולל פון ניו יארק, הרה”ק רבי אליעזר חיים ראבינאוויטש מיאמפאלא די רעביצין פונעם חפץ חיים זצ”ל, הגה”ק ר’ חיים אברהם דוב לעווין זצוק”ל, דער מלאך, כ”ק אדמו”ר מפאפא זצוק”ל, הרה”ק מריבניץ זצוק”ל, און כ”ק אדמו”ר מסקולען זצוק”ל.

די בחורים וואס זיי האלטן מיט פונדערנאנט די פיין און ווייען וואס חולי ישראל גייען אדורך האבן געדאוונט און געשפאלטן הימלען, טרערן האבן זיך געגאסן, און א ערנסטקייט האט געהערשט במשך די שעות.

גאר רירנד איז געווען צוצוזען ווי די בחורים האבן זיך כסדר געוואונטשן אז מען זאל האבן געפויעלט אלעס גוטס.

איינער פון די באס דרייווער וועלכע טוט פאר זיין פאך פירן א באס, און האט נישט באזונדער מיט די בחורים, האט דערציילט אז די התרגשות וואס די בחורים האבן געהאט, האבן אים מיטגעשלעפט צו די קברים, און אז ער האט געווישט די טרערן ווערנדיג אזוי איבערגענומען.

די געפיל יעדע מאל מען איז צוריק געקומען אויפן באס האט געזאגט אז מען פויעלט זיכער אויס ישועות ורפואות, און די בחורים האבן אויסגענוצט די צייט זיך צו באקענען איינער מיטן אנדערן, מאכנדיג א קשר מיט פרישע פריינט, עמו אנכי בצרה, זיך פארשטייענדיג ליידער אויף די מצב וואס איז ביי זיי אלע גאר ענליך.

דאן איז מען געפארן צו די קראוטאן וואסערפאל און לעיק ווי מען האט סערווירט א נארהאפטיגע נאכטמאל, מען האט געזאגט תשליך, און דערנאך איז געווארן צוגעשטעלט א שיינע קומזיץ, מיט נגינה שירה וזמרה, די בחורים האבן געזינגען מיט א ווארעמקייט און איידלקייט שיינע לויב געזאנגען צום באשעפער שפירנדיג אז מען האט אויפגעטון גאר אסאך.

דאן האבן זיך די באסעס ארויסגעלאזט “אויפן וועג אהיים” די בחורים האבן נישט געקענט אויפהערן דאנקען אויף וואס מען האט זיי צוגעשטעלט, און האבן זיך אויסגעדרוקט מיט גאר ווארעמע דאנק ווערטער, וויפיל דאס האט זיי אויסגעמאכט, און ווי שטארק דאס וועט זיי בלייבן איינגעקריצט אין שווערע זמנים.

די בחורים זענען דאן אנגעקומען אהיים, איש על מחנהו ואיש על דגלו, נאך א גאנצע טאג פון איינרייסן האט שוין אלעס אויסגעזען אנדערש, זיי האבן דערציילט פאר די חולי ישראל, און פאמיליע אז מען האט זיי אינזין געהאט, און וועלן בעז”ה האבן א רפואה שלימה בתוך שאר חולי ישראל, גאר אינגיכן.
זעט די ווידעא פון דער אינספירירנדער נסיעה דא:

איבערן שרייבער

ארי ווייזער

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.