ווארשא – א מיניסטער פון דער פוילישער רעגירונג האט צוריקגעצויגן פון דעם וואס ער האט געהאט אינדארסירט א פלאן אוועקצושטעלן א נייעם מוזעאום, וועלכע זאל ווערן אנגערופן “דער פּאלאקאוסט” מוזעאום און זאל זיך קאנצענטרירן צו דערציילן די געשיכטע איבער נישט-אידישע פאלאקן וועלכע זענען אומגעברענגט געווארן דורך די נאציס ימ”ש. דעפיוטי קולטור מיניסטער יארעסלאו סעלין האט געהאט געזאגט, אז אויסער די דריי מיליאן פוילישע אידן הי”ד וועמען די נאציס ימ”ש האבן ברוטאל דערמארדעט, זענען נאענט צו צוויי מיליאן סתם פוילישע בירגער אומגעקומען אין די הענט פון די נאציס, און עס איז וויכטיג אז די וועלט זאל עס וויסן און געדענקען אויף אייביג, און דעריבער שטיצט ער דעם געדאנק פון א “פאלאקאוסט” מוזעאום, אבער נעכטן האט ער צוריקגעצויגן און געזאגט, אז דאס וועט נאר מער באליידיגן די אידן, וועלכע ברויזן שוין אזוי אויך אויף דעם לעצטיגן האלאקאוסט געזעץ אין פוילן.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
הרב הגאון ר’ שמואל קאמינעצקי שליט”א: שטימט...
כלל ישראל צעטרייסלט נאך שוידערליכע שיסעריי וואס קאסט...
גרופע אידן פארלאנגען פון פראנקרייך די ביינער פון...
חסדי ה’: פלאן צו פאר’סמ’ען אידן און...
ברוך דיין האמת! אינגערמאן דערטראנקען נאכן...
ברוך דיין האמת: איד דערטראנקען געווארן אין תל אביב...
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.