ווארשא – דער שטורעם ארום דער פוילישער רעגירונג און דעם האלאקאוסט האלט ווייטער אן, און דער פוילישער פרעמיער מיניסטער מאטעאס מאראוויצקי איז פריש אראפגעריסן געווארן, נאכדעם וואס ער איז געגאנגען צו די באגרעבעניש ערטער פון עטליכע פוילישע קעמפער וועלכע האבן קאלאבארירט מיט נאצי דייטשלאנד ביים צווייטן וועלט קריג, זיי צו באעהרן. מאראוויצקי האט באזוכט ביי די באגרעבענישן פון עטליכע זעלנער וואס האבן באלאנגט צו דער “האולי קראסס מאונטעין בריגאדע”, וואס האט אנהייב קריג געקעמפט קעגן דער דייטשישער ארמיי, אבער שפעטער האבן זיי קאלאבארירט מיט די נאציס, מיט’ן ציל צו באקעמפן די קאמוניסטן. זיין באזוך איז געקומען נאכ’ן זיך אויסערן אז דער נייער האלאקאוסט געזעץ אין פוילן וועט נישט צוימען צו רעדן פון גארנישט איבער’ן האלאקאוסט, און אויך נישט פונעם פאקט אז ס’זענען געווען אידן וואס האבן געשפילט א ראלע אינעם האלאקאוסט.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
הרב הגאון ר’ שמואל קאמינעצקי שליט”א: שטימט...
כלל ישראל צעטרייסלט נאך שוידערליכע שיסעריי וואס קאסט...
גרופע אידן פארלאנגען פון פראנקרייך די ביינער פון...
חסדי ה’: פלאן צו פאר’סמ’ען אידן און...
ברוך דיין האמת! אינגערמאן דערטראנקען נאכן...
ברוך דיין האמת: איד דערטראנקען געווארן אין תל אביב...
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.