מחנה מונקאטש פרעזענטירט: “דער שידוך” ניגון אויסגעשפילט און אהערגעשטעלט דורך די טאלאנטפולע קינדער פון כתה’ ו’ תשע”ז.
במשך די זומער סעזאן, ווען טויזענטער אידישע קינדער פארברענגען אזוי שיין צווישן די זומער בערג, קומען פאר אזויפיל פראגראמען און אקטיוויטעטן צו ארויסברענגען די מערסטע טאלאנט און שעפערישקייט וואס יעדע אינגל באזונדער פארמאגט.
נישט קיין וואונדער אז נאך וואס מחנה חיים ושלום מונקאטש האט אהערגעשטעלט גאר קנאקעדיגע זומערס, יאר נאך יאר אנגעפולט מיט רייכע, לעבעדיגע, און תוכנ’דיגע אונטערהאלטונג, האט זי באוויזן צו איינקויפן די בעסטע נאמען ווען עס קומט צו די פראגע צו וועלכע קעמפ מען זאל איינשרייבן די קינדער.
מיט א איבערגעגעבענע שטאב פול מיט הארץ און פארשטאנד, מאכט מען זיכער אז יעדער אינגל זאל זיך שפירן ווי א בן יחיד, ארויסנעמענדיג זיינע פארבארגענע כוחות, זיך אויסגעבנדיג און אויסלופטערנדיג אויף די שענסטע און ריינסטע פארנעם.
זומער תשע”ז איז געווען נאך א רינגל אין קייט פון גאר סוקסעספולע זומערס אין יעדן הינזיכט, קומענדיג מיט א פרישע טעם און נייע ראש המדריכים הרב וועלוול שמעלצער הי”ו, מחנך נפלא רבות בשנים וועלכע האט באוויזן אריינצוברענגען א פרישע קנייטש, און געהויבן די קעמפ צו פרישע שטאפלען.
אין די טעג בעפאר די ימים נוראים ווען אידן בעטן זיך איבער און האבן חרטה אויף מעשים וואס מען האט געטון. פרעזענטירן מיר אייך די גאר פאסיגע ניגון פונעם הייליגן רש”ש, ווי מען זעט ווי שטארק מען דארף זיך אכטונג געבן מיטן חושד זיין אנדערע, און זיי פארשעמען.
די ניגון ווערט געזינגען דורך דער בארימטער בעל מנגן ר’ מיכאל שניצלער הי”ו אויף זיין אלבוים “א נקודה’לע” זינגענדיג דעם ניגון אריינברענגענדיג ליבשאפט און פאזיטיוויטעט צווישן אידן. די ווערטער זענען געווארן געשריבן דורך ר’ ליפא שמעלצער, און איז געווארן דער געשפרעך פון טאג ביי מוזיק ליבהאבער.
די ניגון איז געווארן אויסגעשפילט און אראפגעלייגט מיט א געוואלדיגע געשמאק דורך די קינדער פון מחנה רץ כצבי – כתה ו’ און זייער מדריך ר’ אהרן יהודא ווייזער הי”ו, די קינדער האבן געבויעט און געארבעט, אויפגעגעבן פון די פרייע צייט מיט ווילן. צו קענען אהערשטעלן אט די הערליכע ווידעא, עס איז אריין גאר אסאך שעות פון ארבעט, אפכאפן איינמאל און נאכאמאל, און איז געווארן ערמעגליכט מיט די הילף פון די גאר טויגליכע קעמפ שטאב וועלכע האבן אריינגעלייגט זייער ערנערגיע, הילף, און שעפערישקייט אין יעדן פרט און הינזיכט.
עס קימט ארויס א מעסידש The media could not be loaded, either because the server or network failed or because the format is not supported.