אויסטראליע – די רעגירונג אין אויסטראליע האט אונטערגענומען אן ערנסטע אויספארשונג, נאכדעם וואס עמיצער האט געקויפט א קלאזעט פאר זיין קיך, און ביים עפענען דעם קלאזעט, האט ער זיך באגעגנט מיט א הויפן האקעלע רעגירונג קלאסיפייד דאקומענטן. דער מאדנער אינצידענט האט פאסירט אין קענבערא, אויסטראליע, וואו א לאקאלע מעבל געשעפט האט פארקויפט דעם אלטן אפגענוצטן קלאזעט פאר ביליג, וויבאלד עס איז געווען הערמאטיש פארשלאסן און קיינער האט עס נישט געקענט עפענען. עמיצער, אן אומאידענטיפיצירטער, האט עס אפגעקויפט, און אנקומענדיג אהיים האט ער באוויזן עס אויפצוברעכן, און צו זיין גרויס שאק געטראפן דארט טויזנטער רעגירונג דאקומענטן. די רעגירונג פארקויפט צומאל פארנוצטע מעבל פאר פריוואטע געשעפטן, אבער די רעגירונג וויל דערגיין וויאזוי עס איז פארקויפט געווארן א קלאזעט אנגעפילט מיט האקעלע דאקומענטן פאר א מעבל סוחר.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
האלענדישע געזונטהייט מיניסטאר פאלט צוזאם אין פארלעמענט...
מונדירן-געקליידטער פילאט איז גאר א פיפיגער פאסאזשיר...
נאכן אורטייל פון 15 יאר טורמע: די שטויב איז געווען...
פארקינג-ספאט פארקויפט פאר נאנט צו א מיליאן דאלער אין...
האלאנד איז נישט צופרידן מיט איר נאמען, און איז גרייט...
דאנעלד טראמפ סטרוקטור צווישן פילע אביעקטן ביים לעגאו...
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.