איטאליע – א ספעציעלע באעהרונג איז צוגעטיילט געווארן פאר’ן 98 יעריגן איד אנזו קאוואליאן, וועלכער האט אין לויף פונעם צווייטן וועלט קריג זיך איינגעשטעלט דאס לעבן, צו העלפן ראטעווען אידן, און א דאנק זיין שריט זענען איבער טויזנט אידן געראטעוועט געווארן פון דעפארטירט ווערן צו די נאצישע טויט לאגערן.
קאוואליאן האט געהאלפן אידן וואס זענען אנטלאפן פון דער נאצי-אקופירטער פראנקרייך קיין איטאליע, אז זיי זאלן קענען באקומען פאלשע שוץ–פאפירן, דורכדעם וואס ער האט זיך איינגעבראכן אינעם אפיס פון א לאקאלן מעיאר, און אויך האט ער געשאפן הייזער און באהעלטעניש ערטער, וואו די אידן זאלן זיך קענען פארשטעקן און אויסלעבן רואיג ביז די קריג גייט פאראיבער.