ביזנעס און פינאנץ

היים פרייזן וועלן שטייגן אין יאר 18′

קאליפארניע – א פרישער באריכט ווארנט, אז אין יאר 18′ וועלן היים פרייזן דראסטיש שטייגן, וואס איז גוטע נייעס אויב זענט איר א ריעל עסטעיט סוחר און איר האט הייזער צו פארקויפן, אבער עס איז ווייט פון גוטע נייעס אויב זענט איר עמיצער וואס זוכט צו קויפן א נייע הויז.

דער באריכט קומט פון דער “קאור לאדזשיק” פינאנציעלע פירמע, וועלכע זאגט אז אין פארלאפענעם נאוועמבער, זענען היים פרייזן געשטיגן מיט אזויפיל ווי 7 פראצענט, און באזירט אויף דעם, זאגן זיי, וועט עס נאך מער שטייגן אין לויף פון יאר 18′.

די גרופע זאגט אז די סופליי פון נייע הייזער צו פארקויפן שרימפט שטארק, און דער פארלאנג פאר נייע הייזער צו קויפן, שטייגט, וואס באדייט אז מער קאסטומערס שלאגן זיך ארום פאר ווייניגער הייזער, וואס וועט ארויפטרייבן די פרייזן.

קרעדיט: דער איד

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.