אידישע נייעס

אוישוויץ צוים גנבים ווערן ריינגעוואשן

פוילן – צוויי בעלגישע בירגער וועלכע זענען אנגעקלאגט געווארן אין רויבן עטליכע שטיקער פונעם צוים וואס נעמט ארום אוישוויץ, זענען ריינגעוואשן געווארן דורך א פוילישן געריכט.

די צוויי זענען ארעסטירט געווארן אום יולי יאר 16′, נאכדעם וואס מען האט ביי זיי געטראפן 3 עלעקטראנישע טיילן פונעם שטעכל-דראטן צוים פון אוישוויץ, און ס’איז אומלעגאל צו רויבן סיי וועלכע ארטיקל פון אוישוויץ, אריינגערעכנט פון די צוימען און טויערן וואס נעמען ארום דעם טרויעריג-בארימטן מארד לאגער.

די 2 אנגעקלאגטע האבן אויפגעטרעטן אין געריכט, וואו זיי האבן געזאגט אז זיי האבן נישט אראפגענומען די עלעקטראנישע מאשינקעס פונעם צוים, נאר זיי האבן עס געפונען אזוי ליגנדיג אויף דער ערד – און אצינד האט זיי דאס געריכט געגעבן גערעכט.

קרעדיט: דער איד

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.