פאליטישע נייעס און ארטיקלען

טראמפ גרייט אן אנטי-פלין פלאן

וואשינגטאן – דער “וואשינגטאן פאוסט” באריכטעט, אז פרעזידענט טראמפ’ס לאיערס גרייטן צו א פלאן, אנצוהייבן אטאקירן און אראפרייסן מייקל פלין, דעם פרעזידענט’ס געוועזענער נאציאנאלע זיכערהייט ראטגעבער, אויב וועט ארויסקומען אז פלין האט דערציילט פאר’ן ספעציעלן פראקוראר ראבערט מוללער אינערליכע זאכן פונעם טראמפ קאמפיין און טראמפ אדמיניסטראציע, צו באשולדיגן טראמפ אין באגיין קרימינאלע אקטן.

די לאיערס זענען גרייט אויף דער מעגליכקייט אז פלין דערציילט אצינד פארשידנס פאר מוללער, זינט ער איז איינגעגאנגען אויף א דיעל מיט מוללער, נישט צו ווערן אנגעקלאגט הארב, אין אויסטויש פאר זיין קאאפעראציע. איינס פון די פלענער פון די טראמפ לאיערס איז, פשוט צו באצייכענען פלין אלס לאנג-באקאנטער ליגנער, וועמען מען קען נישט געטרויען.

קרעדיט: דער איד

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.