וואשינגטאן – אצינד אז דער גוי’אישער קאלענדער-יאר 17′ קומט צו אן ענדע, איז ארויסגעהויבן געווארן אין דער מידיא דער פאקט, וואס ס’איז שוין כמעט פאראיבער איין גאנצע יאר זינט טראמפ איז איינגעשוואוירן געווארן אלס פרעזידענט, און ער האט נאכנישט אויפגענומען קיין איין איינציגן וועלט פירער אין ווייסן הויז מיט א ספעציעלער “סטעיט” רעגירונג אויפנאמע.
טראמפ האט שוין געהאט פילע וועלט פירער אין ווייסן הויז פאר זיצונגען און פרעסע קאנפערענצן, אבער ער האט נאך פאר קיינעם פון זיי נישט צוגעשטעלט קיין רייכע-סארט רעגירונג אויפנאמע, וואס דערמיט איז ער דער ערשטער פרעזידענט זינט קאלווין קולידזש אין יאר 920′ דורכצומאכן זיין גאנצן ערשטן יאר אלס פרעזידענט אן האבן צוגעשטעלט אפילו איין אזא אויפנאמע.
קרעדיט: דער איד