אידישע נייעס

זארג אין האלאנד איבער רעסטוראנט אטאקע

האלאנד – די אידישע געמיינדע אין האלאנד איז שטארק באזארגט איבער דעם וועג וויאזוי די רעגירונג אויטאריטעטן אין אמסטערדאם האבן באהאנדלט די אטאקע אויף א כשר’ע רעסטוראנט מיט עטליכע וואכן צוריק.

דער פארשוין וואס האט דורכגעפירט די אטאקע איז ארעסטירט געווארן, אבער ער איז נאר אנגעקלאגט געווארן מיט א וואנדאליזם אנקלאגע, און נישט קיין האס פארברעכן קלאגע, טראץ וואס ס’איז קלאר געווען אז ער האט געצילט דעם רעסטוראנט ווייל ס’איז געווען א אידישע רעסטוראנט.

די האלאנדישע אידן זאגן אז זיי פארשטייען נישט פארוואס די פאליציי האבן נישט ארויסגעשטעלט קיין האס פארברעכן אנקלאגע, און די אידן זענען באזארגט אז עקסטרעם-רעכטע אנטיסעמיטישע פארטייען וועלן זיך ארויפכאפן אויף דעם און קאמפיינען צו געווינען פאליטישע אמטן, מיט’ן נוצן די שוואכע פאליצייאישע רעאקציע צו דער רעסטוראנט אטאקע, אלס א פאליטישער מיטל.

קרעדיט: דער איד

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.