פאליטישע נייעס און ארטיקלען

טראמפ: סענעטאר מקעין קערט זיך צוריק אהיים

פרעזידענט דאנעלד טראמפ זאגט אז דער רעפובליקאנער סענעטאר דזשאן מעקעין קערט זיך צוריק אהיים נאכן ווערן האספיטאליזירט, איבער זייטיגע עפעקטן פון זיין ליידן אויף קענסער, און איבער די קימא טעראפי וואס ער גייט דורך ל”ע.

טראמפ האט געזאגט פאר רעפארטערס זונטאג, אז ער האט גערעדט מיט די ווייב פון מקעין, און געשיקט זיינע וואונטשן. דער פרעזידענט האט געזאגט “ער איז צוריק אהיים, און איך פארשטיי אז ער וועט קומען אויב דארפן מיר זיין הילף, וואס מיר האפנטליך נישט דארפן” (אויב מען וועט דארפן זיין שטימע אין סענאט)

די הויז און סענאט וועלן שטימען די וואך, איבער טראמפ’ס העכסטע לעגיסלאטיווע דערגרייכונג, פון די טעקס פעקעדזש, און די רעפובליקאנער האבן זיך פארזיכערט מיט די שטימען פון סענעטאר באב קארקער פון טענעסי, און סענעטאר מארקא רוביא פון פלארידא, וואס דעריבער וועלן די רעפובליקאנער האבן גענוג שטימען צו געווינען און דורכפירן דעם ביל.

דער 81 יעריגער מקעין איז געווארן האספיטאליזירט אין די וואלטער רעד מעדיקל צענטער אין מערילאנד.

טראמפ האט אויך געזאגט: “ער גייט דורך א שווערע צייט, נישט דא קיין ספק דערין”

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.