טשיקאווע נייעס

מייק פאמפעא: טראמפ איז מעגליך דער “אסתר המלכה” פון אונזער דור…

דאס אז פרעזידענט טראמפ ווערט אנגערופן ביי היימישע ציניקער און גוטזאגער אלס ‘אחשוורוש’ איז נישט קיין חידוש, אויף אחשוורוש איז דא א מחלוקת אין די גמרא צו ער איז געווען א מלך פיקח אדער א מלך טיפש, און די זעלבע מחלוקת גייט אן מיט איר פולסטע פארע ווען עס קומט צו פרעזידענט טראמפ.

אבער דאס מאל איז מייק פאמפעא, דער אמעריקאנער סעקרעטערי אוו סטעיט, אויפגעקומען מיט א חידוש עצום ביי זיין אינטערוויו מיט CBN – אז ס’דא א מעגליכקייט צו רופן טראמפ אלס דער “אסתר המלכה” פון אונזער דור, און אז זיין אדמיניסטראציע איז מעגליך געשיקט געווארן פון הימל פאר דאס אידישער פאלק…

טראמפ האט זיך געמאכט א נאמען נישט בלויז אלס א ליבהאבער פון מדינת ישראל, נאר אויך פון גאנץ כלל ישראל. אין די צייט וואס ער האט גערוקט די אמעריקאנע אמבעסאדע קיין ירושלים, צעפליקט די איראן דיעל, און באפרייט רובאשקין פון טורמע, האט ער דעם פורים געגעבן א פרישער געשאנק פאר מדינת ישראל: ער האט אנערקענט די לעגיטימע מאכט פון מדינת ישראל אויף די גולן ראיאן.

ווען דער אינטערוויוער האט געפרעגט פאמפעא צו “דאנעלד טראמפ איז ווי אסתר המלכה וואס האט געראטעוועט די אידן פון די פרסישע געפאר” – וויבאלד דער אמאליגער פרס איז דער היינטיגער איראן, האט פאמפעא געענטפערט אז ער גלייבט דערין.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

באמערקונגען

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.