מניני תהלים קומען פאר נאכאנאנד אין די קאשוי בתי מדרשים אין אלע געגענטער – און אין פילע מוסדות התורה ישיבות וכוללים איבער די גארער וועלט
שוין א לענגערע צייט וואס דער רבי שליט”א געפינט זיך און א שווערע געזונט צושטאנד, אנגעהויבן פאר צוויי יאר צוריק אין חודש שבט ווען די רבי שליט”א האט געברויכט אדורך גיין א קאמפלאצירטע פראצעדור ווי מען האט איינגעשפאנט די בעסטע פראפעסיניאלע דאקטורים צו באהאנדלען דעם רבי’ן און זען וואס מען קען טאן צו פארלייכטערן זיין אטעמען, זינט דאן האט זיך די מצב עטוואס פארלייכטערט און תלמידי וחסידי קאשוי האבן געהאט די געלעגענהייט אז דער רבי שליט”א איז ערשינען אין די עפענטליכקייט ביי פארשידענע מעמדות אירועים און טישן, ווי אויך מועדים וזמנים וואו דער רבי איז אריינגעקומען ספעציעל וויילן בקרב תלמידיו וחסידיו משפיע צו זיין מזיו הודו.
אבער ליידער דעם פארלאפענעם זומער האט דער רבי געוויילט א לענגערע צייט אפשניט אין שפיטאל צוליב פארשידענע קאמפליקאציעס מיטן מצב הבריאות, אידן איבער די גארער וועלט בכלל און תלמידים וחסידים בפרט האבן מתפלל געווען נאכאנאנד פאר א שנעלע ערהוילונג, און ב”ה די תפלות פון כלל ישראל זענען נתקבל געווארן בשמי מרומים און מען האט געהאט די זכי’ אז דער רבי שליט”א האט אפגעראכטן די ימי הרחמים והרצון צווישן אונז, וואו מ’האט געהאט די געלעגענהייט צו מקבל זיין ברכת השנה און דאווענען במחיצתו של הצדיק.
מיט דריי וואכן צוריק דאנערשטאג פרשת חיי שרה האט לדאבונינו צוטרייסלט אלעמען ווען מען האט געהערט אז דער רבי שליט”א האט געליטן פון א לייכטע סטראוק רח”ל און איז אין איילעניש אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל פאר באהאנדלונגען, באלד האט מען אין אלע געגענטער ארגאנאזירט מניני תהלים רונדע דעם זייגער איינצורייסן פאר א גענצליכע רפואה, און טאקע א קורצע צייט דערויף האט מען געזען א לייכטע פארבעסערונג אין דעם געזונט צושטאנד פונעם רבי’ן, און די דאקטוירים האבן אהיימגעלאזט דעם רבי’ן שליט”א פון שפיטאל אבער נאכאלץ זייענדיג אין א שווערע מצב.
קוים וואס מען איז צו זיך געקומען, און ווי א דונער אינמיטן העלן טאג האט באטראפן כלל ישראל די שרעקליכע בשורה אז לקה בכפלים, דער רבי שליט”א האט ווידעראמאל געליטן פון א שווערן סטראוק רח”ל און איז אריינגעפירט געווארן דעם פארגאנגענעם דאנערשטאג פארטאגס אין מאונט סיני שפיטאל וואו זינט דאן איז דער רבי שליט”א פארשלאפט אינגאנצן און האט זיך ליידער נאכנישט דערוועקט ה”י, ווי נאר דער ידיעה איז אנגעקומען צום עולם אז מלך אסיר ברהטים והוא מחולל מפשעינו, און דער רבי געפינט זיך אין א קריטישן צושטאנד, האט מען באלד אלארמירט דעם ציבור גלאבאל דאהי און אין ארה”ק זיך צו ערוועקן און איינצורייסן בתפלות ותחנונים ואמירת תהלים אן אויפהער ביז השי”ת וועט שיקן די גענצליכע ישועה.
מטעם די שרי הביד”ץ עדה החרדית אין ירושלים עיה”ק איז ארויסגעגעבן געווארן אן אויפפאדערונג פאר כלל ישראל צו מרבה זיין בתפלה אין די תלמוד תורה’ס און בתי חינוך און אין בתי מדרשים לרפואת מרן אליעזר חיים בן חנה מלכה לרפו”ש לקיים בנו חכמי ישראל, באזונדער איז ארויסגעשטעלט געווארן מודעות אין נוא יארק און אין די אומגעגענטער מטעם רבני הבי”ד שע”י התאחדות הרבנים דארה”ב וקאנאדא אז היות דער רבי שליט”א איז מוטל על ערש דוי און ברויך אנקומען צו רחמי שמים מרובים זאל מען מרבה זיין בתהלים ביחיד וברבים.
אין די זעלבע צייט קומען פאר כסדר’דיגע מניני תהילים אין אלע קאשוי’ער צענטערן אין וומסב”ג און אין מאנסי ווי אויך אין קרית קאשוי, אריינגערעכנט ביים ציון קדשו פון אביו מרן רביה”ק מקאשוי זי”ע אין בעדפארד היללס ווי עס שטעלט זיך כסדר במשמורת מניני תהלים בהתעוררות ר”ב, אזוי אויך אין די ישיבות הק’ אהל רפאל קאשוי אין וויליאמסבורג און אין קאנארסי, און אין די תלמוד תורה ישיבות, וכוללים איבער דער גארער וועלט. כלל ישראל איז מתפלל אומעטום לרפואת מרן רבי אליעזר חיים בן חנה מלכה לרפואה שלימה והן קל כביר לא ימאס ותפלת רבים אינן חוזרות ריקם.