צענדליגער האקן קרייצן זענען געפירקלט געווארן אין סידני אוסטראליע, ביי די געגנט פונעם ים אין באנדיי.
די אויטאריטעטן פון די ניו סאוט וויילס געגנט האבן באריכטעט אז אומבאקאנטע פארשוינען האבן אנגעשמירט עטליכע ערטער ארום דעם ברעג אין ווייברעלי, א שטעטעלע נעבן סידני.
צוואנציג האקן קרייצן זענען געפירקלט געווארן אויף א וואנט ביים שפאציר ארט פונעם בארטן, און נאך אסאך האקן קרייצן זענען געפינען געווארן געפירקלט אין דעם געגנט.
אין סידני אוסטראליע איז פארהאנען א גרויסער היימישער אידישער געמיינדע ווי באקאנט, און דאס האט זיי שטארק דערשראקן.
די שטאטישע באאמטע אין שפיץ פון דער ווייברעלי פירער דזשאן וועיקפיעלד האבן שארף אראפגעריסן דעם אינצידענט, און באפוילן פאר די שטאטישע ארבעטער אז זיי זאלן אויסמעקן די אלע פירקלערייען.
די פאליציי האט געעפנט אן אויספארשונג, און זיך געוואנדן צום פובליק אז ווער עס האט סיי וואספארא אינפארמאציע אין פארבינדונג צום אינצידענט, זאל זיך ווענדן צו די פאליציי.