פון אלץ און אלעמען

פליגער צוזאמשטויס אין קענעדי לופטפעלד

ניו יארק – מאנטאג פארנאכטס האט פאסירט א צוזאמשטויס צווישן צוויי גרויסע פליגער אינעם קענעדי לופטפעלד, וועלכע האט געצוואונגען די טיילווייזע פארשליסונג פונעם הויפט ראנוועי אינעם לופטפעלד.

דער אינצידענט האט פאסירט ארום 7:45 פארנאכטס, ווען א פליגער פון “עגיפטן עיר” איז געפארן אויפ’ן ראנוועי, און איר רעכטער פליגל האט זיך אנגעשטויסן אינעם לינקן פליגל פון א “ווירדזשין אטלאנטיק” פליגער. דער “עגיפטן עיר” פליגער האט זיך צוריקגעקערט צום טערמינאל אן קיין הילף, אין דער צייט וואס דעם “ווירדזשין אטלאנטיק” פליגער האט מען געדארפט אוועקשלעפן, ווייל א שטיק פונעם פליגל האט זיך אפגעבראכן.

די פעדעראלע אוויאציע אויטאריטעטן זענען אריינגערופן געווארן און האבן אנגעהויבן אן אויספארשונג, און ווי זיי זאגן האט עס פאסירט ווען דער “ווירדזשין אטלאנטיק” פליגער האט זיך געוואלט פארקירן אינדערזייט, צו פאררעכטן א טעכנישן פראבלעם, אבער ס’האט זיך נישט גענוג אריינגערוקט, און דאס האט געברענגט אז דער “עגיפטן עיר” פליגער זאל אין אים אריינקראכן.

קרעדיט: דער איד.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.