אידישע נייעס

מאסן דעמאנסטראציעס אויף די גאסן פון ירושלים

מאסן דעמאנסטראציעס זענען אפגעהאלטן געווארן, דורך אסאך חרדי’שע אידן, פון בני ברק, אשדוד, און אנדערע שטעט ארום ירושלים, בלאקירנדיג דעם שאסיי פאר פולע אויטאס, און באסעס, וואס זענען געווען אויפן סצענע.

די פראטעסטן זענען געווארן אפגעהאלטן אויפן דעם רוף פון הרב ר’ שמואל אויערבאך שליט”א, וואס האט גערופן די פראטעסטן, נאכדעם וואס עס זענען ארעסטירט געווארן פילע חרדישע אידן, צוליב דעם גזירות גיות.

רבי שמואל האט געהאלטן א דרשה פרייטאג צונאכטס, רופענדיג מען זאל נישט אפשטעלן די פראטעסטן אויף די גאסן פון ירושלים.

אין לויף פונעם טאג וואס די פראטעסטן זענען אפגעהאלטן געווארן, זענען 35 חרדים ארעסטירט געווארן, אלס באשולדיגונג פארן איינטייל נעמען אין די פראטעסטן, בלאקירונג דעם שאסיי פון די פארנומענער טרעפיק.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

באמערקונגען

  • איך בין נישט קיין גדול אין איך נעם נישט קיין שום צד ח’ו בנוגע פראטעסטן אין ארץ ישראל אבער וואס איך קען יא זאגן אז עס מאכן אויף אינזערע גאסן ווי למשל מאה שערים וכדו’ נישט נאר וואס סטיט נישט אויף ברענגט עס א געוואלדיגע אומבאקוועמליכקייט,טרעפיק,גרידער, שמעק פאר די נארמאלע אומשילדיגע אנוויאנר וואס סשטערט זיי אין טעגליכע סדר היום.ביטע לאזט אינז אביסל מנוחה שכח

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.