לאנדאן. – היינט אינדערפרי האט א פאליציי אפיציר געזען א אידישע מיידל וואס איר אויסזען איז געווען זייער נישט גוט, און בלאס. דער אפיציר האט אפגעשטעלט די מיידל, און גערופן איר מאמע דערציילן אז ער האט איר געפונען איר טאכטער אין א נישט גוטע צושטאנד, פרעגנדיג די מאמע וואס ער זאל טון מיט איר, נאכן הערן אז זי איז אויפן וועג צום דאקטער’ס אפיס, האט דער אפיציר אנגעטראגן זיין הילף צו געבן א היטש, און איר אפטראגן אהין מיט זיין אויטא.
דער אפיציר איז געפארן מיטן מיידל צו די הויז אפנעמען די מאמע און ער האט זיי אפגעפירט מיט די פאליציי קאר און אנגעצינדענע לעמפלעך צום דאקטאר׳ס אפיס, דער אפיציר האט זיך בארימט אז דאס האט איר געהאלפן, און אז די צושטאנד פון די קליין מיידל האט זיך פארבעסערט נאכן היטש, זעענדיג אויף איר געזיכט א שוואכע שמייכל.
דער טאטע פון די מיידל האט קאמענטירט צו “אידישער ווינקל” דערוועגן זאגנדיג: “די צוזאמענארבעט פון די פאליציי מיט די לאקאלע איינוואוינער איז מורא׳דיג, איך וועל דאס קיינמאל נישט פארגעסן עס האט ממש אויפגעלעבט מיין טאכטער.״
דער פאליציי אפיציר האט געזאגט פאר “אידישער ווינקל:” דאס איז מיין פליכט אלס פאליציי אפיציר, זיך האלטן נאנט מיט די לאקאלע איינוואוינער ברענגט ווייניגער פארברעכנס”
די מיידל איז געווארן באהאנדלט און איז אין א גוטן צושטאנד ב”ה