כלל ישראל איבער די וועלט רייסט איין בתפילות ובתחנינים פאר מרן כ”ק אדמו”ר מוויזניץ שליט”א, פון די זקן אדמו”רים אין אונזער דור.
דער רבי שליט”א האט פאר ראש השנה אנגעהויבן ליידן פון א מיסטעריעזע שוואכקייט, און טראץ די פילצאליגע טעסטן איז מען נישט דערגאנגען די פראבלעם.
דער רבי האט די פארגאנגענע וואך געוויילט צוויי מאל אין שפיטאל נעבן מאנסי, פאר בלוט ארבעט. דאנערשטיג אויפדערנאכט איז די רבי אפגעפירט געווארן אין מאונט סיני שפיטאל פאר אונטערזוכונגען. די דאקטוירים זענען נישט געווען צופרידן וויאזוי דער רבי קוקט אויס האט מ
ען אים געלייגט אין די קארדיאק קעיר איינהייט, דאס איז אזא איינהייט ספעציעל פאר הארץ פראבלעמען, מיט א איקוואליטי צו די מער באוואוסטע אייסי-יו.
פרייטאג צונאכט און שבת צופרי איז די רבי געווען זייער אויפגעלייגט, און מיטגעהאלטן אלע תפילות. ארום 5 אזייגער נאכמיטאג איז די מצב געווארן זייער שווער, ווען די דאקטוירים האבן באמערקט אז די רבי מוטשעט זיך מיט די אטעמען. נאך א קורצע באראטונג האט מען ארויפגעלייגט די רבי אויף א רעספירעיטער און אנגעהויבן צו ארבעטן ארויסצונעמען די בלוט וואס האט זיך געשאפן אין די לונגען. יעצט, ווען די שורות ווערן געשריבן, איז די רבי’ס אטעמען היבש בעסער געווארן, און איז נאכאלץ אויפן רעספירעיטער.
דאקטוירים קוקן דורך די עקסרעיס צו קענען באשטימען אויב די רבי קען שוין אראפגענומען ווערן פון די רעספירעיטער.
אין די זעלבע צייט קומען פאר כסדרדיגע מניני תהילים אין אלע וויזניצע צענטערן איבער די וועלט, אריינגערעכנט ביי די ציוני רבותינו אין בני ברק, ווי אויך ביים ציון פונעם ריבניצער זצ”ל אין מאנסי און ביים ציון פונעם טאהשער רבי זצ”ל אין קרית טאהש.
כלל ישראל איז מתפלל פאר מרן מרדכי בן מרגליא לרפו”ש.
ב”ה מען האט שיון אראפ גענימען די רבי פין די רעספרעיטער
מען טראכט ערענסט פין ארויפלייגען דעם רבי’ן שליט”א אויף א טרעיק, ביטע רייסט איין לרפואתו מרן מרדכי בן מרגליא לרפו”ש
גיט געשריבן! לאמיר מתפלל זיין און האפן אויף רפואתו השלימה פון מרן מרדכי בן מרגליא בתושכ”י