ברכת כהן: דער רבי שליט”א לאזט איבער ווארעמע ברכות, זייענדיג נתפעל פון די אויגפארכאפנדע דזשודעיקא צענטער
מתנת כהונה: הערליכע טלית בייטל געשאנקען אלס מתנה פאר’ן רבי’ן שליט”א דורך די בעלי בתים פון כתר.
בארא פארק – כשהצדיק בכתר, הוא הודה, הוא זיוה, הוא הדרה, אט דאס זענען געווען די געפילן ביי אלע כתר מיטארבעטער, פריינט, און קונדן, ווען ס’איז קלאר געווארן אז עס וועט באזוכן אין די נייע געשעפט, דער גרויסער גאסט, כ”ק אדמו”ר מתולדות אהרן שליט”א, פון ירושלים עיר הקודש, וועלכע איז יעצט צוגאסט אין אמעריקא.
כתר הויפטקווארטיר איז געווארן דער געשפרעך פון טאג, און פארנעמענדיג א פראמינענטער ארט אין הארץ פון שטאט, איז זי אויסגעוואקסן אין די קורצע צייט זינט איר גרונדונג, אלס די נייע צענטער פאר די שענסטע דזשודעיקא געברויכן.
די כתר הויפטקווארטיר ווירבלט מיט פרייליכע איבערגענומענע קונדן וועלכע קענען נישט גלייבן וואס עס באווייזט זיך פאר זייערע אויגן, ביים אריינטרעטן אין דעם הערליכן געשעפט, מיט די שענסטע אויסלייג, הערליך דעזיינטע און ארטיסטישע אויסשטעל, אלעס פרעזענטירט מיט א ציכטיגקייט וואס מען איז נישט געוואוינט צו זען ביז היינט.
איינער פון די חשוב’ע באזוכער צו הנאה האבן פון דעם כתר געשעפט, און איבערלאזן ברכות און השפעות צווישן אנדערע געהויבענע פערזענליכקייטן איז דער מנהיג הגדול כ”ק אדמו”ר מתולדות אהרן שליט”א, וועלכע האט גענומען פון זיין טייערע צייט און אריבערגעקומען מיט זיין שטאב פון גבאים און באגלייטער, היינט פארמיטאג, זייענדיג א געוואלדיגע זכיה.
דער רבי שליט”א האט זיך אויסגעדרוקט מיט התפעלות איבער די הערליכע געשעפט און אויסוואל, און געכאפט א שמועס מיט די אייגנטומער צו הערן איבער די סיעתא דשמיא וואס באגלייט כתר די לעצטע שטיק צייט.
דער רבי שליט”א האט באטראכט די טויזענטער חפצי דקדושה, און געהערט פארשידענע פלענער וועלכע ליגן אויפן טיש אין די כתר פירמע וועלכע שאקלט די היימישע דזשודעיקא וועלט מיט אירע נאכאנאנדע רעוואלוציעס און מאסיווע ערצייגונגען, ווי די נייע איינשטעל פון כתר’ס קאסטום מעיד אפציע, ווי קאסטומערס קענען אליינס דעזיינען די טלית און תפלין בייטלעך.
דאן איז פארגעקומען דער הויכפונקט פונעם באזוך ווען דער אייגנטומער פון כתר הרבני הנגיד הטפסר ר’ מרדכי טענענבוים שליט”א, מגדולי תומכי מוסדות תולדות אהרן האט געשאנקען פאר’ן רבי’ן שליט”א א מתנה, א פראכטפולע טלית בייטל, א מייסטערווערק וואס נאר כתר “וואלט ווען געקענט מאכן”. דער רבי שליט”א האט זיך באדאנקט מיט אויפגעלאכטענע אויגן און געגעבן דעם מתנה פאר א מקורב זיך ווערטלענדיג מען זאל דאס נישט פארגעסן…
דער רבי שליט”א האט דאן געמאכט א לחיים אין געשעפט, און איבערגעלאזט א סל מלא ברכות פאר די צוות ארבעטער און שטאב מיטגלידער אין דעם פארצווייגטן פירמע. דער רבי שליט”א האט באזונדער אויסגעדרוקט זיין געוואלדיגע הנאה פון דעם געשעפט און געזאגט אז מען דארף ווען אויפשטעלן אזא געשעפט אויך אין ירושלים…
דאן האט דער רבי שליט”א פארלאזט דעם געשעפט איבערלאזנדיג פולע השפעות, ווערנדיג ארויסבאגלייט דורך די גאנצע כתר שטאב ביז צום טיר, דער ציבור האט זיך באדאנקט פארן רבי’ן שליט”א, פאר זיין הערליכע באזוך, וועלכע דינט געוויס ווי נאך א רינגעלע אין די גאלדענע קייט פון כתר’ס נייע עפאכע, ווי דזשודעיקא ווערט גענומען צו נייע שטאפלען, ווי קיינמאל בעפאר.
זאלן די השפעות פארבלייבן פאר לאנגע יארן, ווי די באזוך וואס וועט זיכער געדענקט ווערן פאר לאנגע יארן.
קליקט אויף די בילדער עס צו זען קלאר: