כלל ישראל איז אויפגעטרייסלט הערנדיג איבער די ביטערע טראגעדיע פונעם אומקעם פון די צוויי קליינע קינדערלעך, דער פיר יעריגע אפרת און צוויי יעריגער צבי גינזבורג ז”ל, וועלכע האבן טראגיש אומגעקערט זייערע ריינע נשמות צום כסא הכבוד, נאכן אומקומען אין א פייער אין שטאט ביתר.
ארום דרייצן מענטש זענען פארוואונדעט געווארן פון די ביטערע פייער, אין צוגאב פון די צוויי אומגעקומענע קינדערלעך.
די פייער האט אויסגעבראכן פון א נאכט לאמפ וועלכע האט עקספלאדירט, און זיך אנגעכאפט אין א בעט וועלכע איז באלד ארויף אין פלאמען. די דריי עלטערע קינדער זענען באלד ארויסגעלאפן אין פאניק און זיך געראטעוועט, אין די צייט וואס די צוויי קלענערע שוצלאזע קינדער זענען פארבליבן פון אונטערוויילעכץ, און ליידער זענען זיי שוין פון דארט ארויסגעפירט געווארן דורך די שאקירטע וואלונטירן.
לויט ווי א מד”א הצלה וואלונטיר דערציילט, האבן זיי געהערט איבער א פייער אויפן צווייטן שטאק פון א פינף שטאקיגע געביידע, אין שטאט ביתר עילית. באלד זענען געקומען צו לויפן פאראמעדיקס, וואס האבן באהאנדלט דריי פארוואונדעטע וואס האבן אריינגעאטעמט רויעך, א 22 יעריגער און צוויי קינדער. פיר אנדערע האבן די וואלונטירן געהיילט אויפן ארט און באפרייט באלד צו גיין ווייטער.
דער בילד איז געווען שרעקליך צו קוקן, א געביידע האט געווארפן פייער צינגען פון אירע פענסטער, און פון ארום האט מען געהערט הילפלאזע און היסטערישע געשרייען פאר הילף. ציווילע דורכגייער האבן מיט א העלדישקייט פרובירט צו באפרייען די צוויי פארכעפטע קינדער אין די פייער, און געהאלפן די פארוואונדעטע מיט וואס נאר מעגליך, ביז ווילאנג די הצלה וואלונטירן זענען געקומען.
די צוויי אומגעקומענע קינדער זענען ארויסגעפירט געווארן מיט טלתים דורך די געטרייע וואלונטירן, וועלכע האבן זיך געדארפט צוריקהאלטן זייער פלייץ פון טרערן, און זיך בייסן די ליפן, כדי צו קענען ווייטער אנגיין מיט די הייליגע ארבעט, און פארזיכערן דעם כבוד המת.
מיט פארווייטאגטע הערצער בעט זיך כלל ישראל ביים רבונו של עולם, מי שאמר לעולמו די יאמר לצרותינו די, שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו, און מיר זאלן הערן נאר גוטע בשורות.