עס ווערט יעצט באקאנט אז אין די טעג פון חודש ניסן, געציילטע טעג נאך פסח, האט דער אידישער הויפט רב פון רוסלאנד, הרב בערל לאזאר, באזוכט אין איראן אלס א טייל פון א רוסישער דעלעגאציע צו טעהאראן, און אריינגעכאפט צו באזוכן אין די ארטיגע אידישע געמיינדעס, אין די צענטראלע שוהל, און אינעם אידישן שולע – וואס אסאך פון אירע לערער זענען מוסלעמענער.
אין זיין באזוך האט ער געזען ווי ווענט אין די אידישע שולעס זענען באהאנגען מיט גרויסע בילדער פון אייאטאלא כומעני, האנט ביי באנט מיט להבדיל אידישע שילדן און פסוקים פון תנ”ך.
דורכאויס דעם באזוך האט הרב לאזאר אומאויפהערליך געארבעט פאר די אידישע געמיינדע, און זיי געוויזן וויאזוי זיי קענען זיך האלטן ערליך און שטארק אין אזא ראדיקאל שייאיטישער מוסלאמענער לאנד ווי איראן. ער האט זיך געטראפן מיט די ראשי קהלה, גערעדט מיט די קינדער וואס קומען לערנען, און געהערט איבער די שווערעקייטן וואס די אידישע געמיינדע גייט אדורך אין טעהאראן.
ווילט איר אוודאי וויסן וואס דער רוסישער רב הרב לאזאר זוכט אין איראן, און וויאזוי ער האט געקענט אריינקומען דארט?
עס איז נישט געווען אזוי פשוט ווי ס’שרייבט זיך; די איראנער האבן זיך קעגנגעשטעלט, אבער פוטין האט אראפגעשטעלט א פיס, און עס האט פאסירט זיין וואונטש: דער רוסישער הויפט רב הרב בערל לאזאר, איז אנגעקומען צו א קורצע פיר-און-צוואנציג-שטונדן באזוך אין באטייליגונג פון א גרויסער רוסישער דעלעגאציע, קיין איראן – וואס הערט נישט אויף צו סטראשען אז זיי וועלן צוענדיגן די ארבעט וואס אדאלף היטלער ימ”ש האט אנגעהויבן, היל”ת.
הרב בערל לאזאר – וואס איז פון די נאנטסטע מענטשן מיטן רוסישן פרעזידענט וולאדימיר פוטין, איז געווען א טייל פון די דעלעגאנציע אין שפיץ פון וויאטשסלאוו וולאדין, דער הויפט פונעם נידעריגן הויז אין רוסלאנד, צו פירן געשפרעכן אין די איראנער פארלאמענט, איבער פארשידענע אקטועלע טעמעס וואס זענען אויפן טיש.
דער באשלוס אז הרב לאזאר זאל זיין א טייל פון דער דעלעגאציע, האט געמאכט דער רוסישער פרעזידענט פוטין. די איראנער זענען געווען זייער בייז אז פוטין וויל מיטשיקן א איד – און נאך א גרויסער רב – צו פירן מיט זיי געשפרעכן, נאכדעם וואס זיי זענען נישט באקאנט אלס גרויסע אידן ליבהאבער – מילד גערעדט.
אבער פוטין האט קלאר געזאגט אז ער האט נישט ‘געפרעגט’ אויב לאזאר זאל מיטקומען מיטן דעלעגאציע, נאר ער האט ‘איינגעמאלדן’ אז לאזאר וועט זיין אין איראן, און ער וועט קומען קיין טעהאראן צו די פאראנדלונגען, און קיין צווייטער אויסוואל האבן די איראנער נישט געהאט, דארפנדיג קאאפאראציע פונעם רוסישן בער, מער ווי די דערנידערונג פון א אידישן רב.