אידישע נייעס

פאלעסטינער ראטעוועט פארבלאנדזשעטער חרדישער איד אין חברון

א דראמאטישע און אטאם-פארכאפענדע געשיכטע האט זיך היינט אפגעשפילט, ווען א צוואנציג יעריגער חרדי’שער איד פון בני ברק, האט בטעות געבלאנדזשעט היינט פרייטאג (אין ארץ ישראל אין די שעות נאנט צום זמן) און איז אנגעקומען צו די אראבישע געגנט “אבו-סנינא” וואס געפינט זיך אין די אראבישע חברון.

א פאלעסטינער פארבייגייער האט אריינגערופן די פאליציי, אלארמירנדיג אז מען מוז זאפארט קומען ראטעווען דעם חרדי’שן איד, נאכדעם וואס זיין קאר איז געווארן ארומגערינגלט מיט הייס-בלוטיגע אראבער, און עס זעט אויס ווי די זאך וועט זיך נישט ענדיגן גוט.

די פאליציי האט באלד געשיקט ספעציעלע גרעניץ וואך פאליציאנטן, זיי זאלן ארויסראטעווען דעם איד, און נאכן פארטרייבן די אראבער האט מען באוויזן בחסדי השם צו ראטעווען דעם פארבלאנדזשעטער איד, גאנץ און אומגעשעדיגט.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.