ניו יארק – א זייגער מיט לשון הקודש’ע אותיות, וואס איז געראטעוועט געווארן פון דער זינקעדיגער טיטאניק שיף, איז ארויסגעשטעלט געווארן צום פארקויף פאר מינימום עלף טויזנט דאלאר. דער זייגער האט באלאנגט צו סיני קאנטאר, א רוסישער איד וועלכער איז געווען אויף דער שיף אינאיינעם מיט זיין פרוי, האבנדיג אין פלאן צו קומען קיין אמעריקע צו וואוינען. סיני האט נישט איבערגעלעבט די זינקונג פון דער שיף, אבער זיין פרוי האט עס איבערגעלעבט און געהאט דעם טייערן זייגער מיט זיך. סיני’ס קערפער איז אפגעפונען געווארן אפאר וואכן נאכדעם וואס דער טיטאניק האט געזונקען, און ער איז באערדיגט געווארן אינעם מאונט ציון בית החיים אין קווינס.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
הרב הגאון ר’ שמואל קאמינעצקי שליט”א: שטימט...
כלל ישראל צעטרייסלט נאך שוידערליכע שיסעריי וואס קאסט...
גרופע אידן פארלאנגען פון פראנקרייך די ביינער פון...
חסדי ה’: פלאן צו פאר’סמ’ען אידן און...
ברוך דיין האמת! אינגערמאן דערטראנקען נאכן...
ברוך דיין האמת: איד דערטראנקען געווארן אין תל אביב...
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.