ניו יארק – א באריכט דורך “סי-בי-עס ניוז” נעכטן האט געצייגט, אז דער געוועזענער ניו יארק סיטי מעיאר, מייקל בלומבערג, קלערט ערנסט צו לויפן פאר פרעזידענט אין יאר 020′ קעגן אמטירנדן פרעזידענט דאנאלד טראמפ.
בלומבערג האט שוין געקלערט צו לויפן פאר פרעזידענט אין 08′, אין 12′ און אין 16′, ווען ער האט געוואלט לויפן אלס אינדעפענדענט, אבער די באריכטן זענען אז אין 020′ וועט ער לויפן אלס דעמאקראט. לויט די באריכטן, האט בלומבערג חרטה פאר’ן נישט לויפן אין 16′, און דאסמאל וויל ער נישט פארפאסן דעם שאנס.
אויב לויפט ער טאקע, וועט ער זיין דער סאמע רייכסטער און עלטסטער פערזאן אין אמעריקאנער היסטאריע צו לויפן פאר פרעזידענט.