ברוקלין – צוויי ברוקלינער פארשוינען זענען נעכטן געברענגט געווארן אין געריכט, ווערנדיג אנגעקלאגט מיט האס פארברעכנס, איבער דעם וואס זיי האבן דורכגעפירט אן אטאקע אויף אן ארטאדאקסישן איד אין קראונהייטס מיט עטליכע וואכן צוריק.
דער 22 יעריגער איד האט אהיימשפאצירט אינמיטן דער נאכט פון דער ליובאוויטשער הויפטקווארטיר אויף “770” איסטערן פארקוועי, ווען די צוויי פארשוינען, דערען מארגען און דזשאסטין דזשארדזש, זענען אים איבערגעפאלן.
זיי האבן אים ווילד צעשלאגן און געווארפן אויף א פארקירטע קאר, שטויסנדיג און שלאגנדיג זיין געזיכט און קערפער. ער האט מיט זיך געהאט געלט, אבער זיי האבן עס נישט גערויבט, צייגנדיג קלאר אז זייער מאטיוו איז בלויז אנטיסעמיטיזם.