ברוך דיין האמת! מיט פארקלעמטע הערצער נעמט כלל ישראל אויף די ביטערע הארצרייסנדע נייעס איבער די אומקום פון הרב החסיד ר’ ראובן חיים ביללער ע”ה, 42. זייענדיג פארמישט אין א טראגישע עקסידענט פריער אין טאג.
ר’ ראובן ביללער ע”ה איז געווען דער באליבטער ראש המדריכים אין מחנה קהילת יעקב פאפא, פאר לאנגע יארן, ווי ער האט געמאכט גוטע זכרונות פאר טויזענטער קינדער. ליידער איז ער אוועק ממש געציילטע טעג פאר קעמפ.