א אינדיאנער מאן, וועמען זיינע עלטערן האבן א נאמען געגעבן “סאדאם כוסעין” מיט 25 יאר צוריק, איז באקאנט געווארן, נאכן דערציילן איבער פארשידענע שוועריגקייטן אין לעבן, טראגנדיג דעם קאנטראווערסיעלער נאמען, “סאדאם כוסעין,” ווי עס האט געהייסן דער געוועזענער הערשער, און שטייפע דיקטאטור.
סאדאם כוסעין איז געווען דער פירער אין איראק, און האט געענדיגט זיין קאדענץ מיט א מיאוס’ע ענדע, מיטן אנטלויפן פון די אמעריקאנער מיליטער, זיך אויסבאהאלטנדיג אין א בונקער, ביז זיין אנטדעקונג, אין הינריכטונג אין יאר 2003.
מען האט אים אראפגעווארפן פון בענקל, אונטער דער דעמאלטדיגער פרעזידענט דזשארדזש דאבליו בוש.
סאדאם פון אונזער געשיכטע, האט גראדואירט פון אוניווערזיטעט, און אנגעהויבן זוכן פאר ארבעט, אבער מען האט אים צוריקגעוויזן צוליב “וואס זיין נאמען קען ברענגען אומגינסטיגע פארדאכטן” אדער צוליב “וואס מאנכע קענען זיך שפירן אומבאקוועם צו ווערן סערווירט דורך איינעם מיט אזא נאמען.”
נאכן ווערן צוריקגעוויזן איבער 40 מאל, האט סאדאם אריינגעגעבן א פארלאנג צו טוישן זיין נאמען לעגאל, צו סאדזשיד, “מענטשן האבן מורא פון מיין נאמען, מען איז אומבאקוועם מיר צו הייערן” האט ער מסביר געווען.
ער האט זיך פארבינדן מיט די “HR” פירמע פארשטייער וואס פארפיגן איבער אסאך פירמעס, און זיי האבן אים קלארגעשטעלט אז “זיין נאמען איז דער פראבלעם.”
סאדאם ווארט יעצט אויף זיינע פרישע פאפירן, שריפטן, און אידענטיפיקאציע שריפטן, צו קענען אנהויבן א פרישע קאפיטל אין לעבן.